ס'קומט אָפֿט אַ קלאַנג
שמעון שפּונד " דער לעצטער פֿון די ל"ו", פּאַריז, 1950, ז' 12
ס'קומט אָפֿט אַ קלאַנג פֿון נעבן האַרץ
און פֿליט אין הימלען הויך - -
אַ מיידעלע, אַן אויסגעדאַרטעס,
צעשווימט פֿאַר דיר, ווי רויך...
פֿון דער נשמה קומט אַ קלאַנג
פֿון טויזנט טונק'לע פֿאַרבן - -
דעם מוח פֿאַרסמט אַ וויי – געדאַנק
פֿון בענקשאַפֿט און פֿון שטאַרבן ! ...