איך בין אַ קליינער דריידל

ווערטער: בן אַהרן

מוזיק: מיכל געלבאַרט

 

איך בין אַ קליינער דריידל

געמאַכט בין איך פֿון בלייַ.

קומט לאָמיר אַלע שפּילן

אין דריידל – איינס, צוויי, דרייַ.

 

אוי, דריידל, דריידל, דריידל,

אוי, דריי זיך, דריידל, דריי.

טאָ לאָמיר אַלע שפּילן

אין דריידל, איינס און צוויי.

 

און איך האָב ליב צו טאַנצן,

זיך דרייען אין אַ ראָד.

קומט, לאָמיר אַלע טאַנצן

אַ דריידל-קאַראַהאָד.

 

אוי, דריידל, דריידל, דריידל,

אוי, דריי זיך, דריידל, דריי.

טאָ לאָמיר אַלע שפּילן

אין דריידל, איינס און צוויי.



        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409156

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©