מייַן טאַטע…

שמעון שפּונד "דער לעצטער פֿון די ל"ו", ז' 16

 

מייַן טאַטע איז געשטאָרבן פֿון הונגער

מיט אַ ,,נאטירלעכן" טויט,

געענדיקט אין היימישן געטאָ,

פֿאַרשמאַכט נאָך אַ קרישקעלע ברויט.

 

פֿיר זין מיט ווייַבער און קינדער,

איין טאָכטער מיט מאַן און קינד,

זיי האָבן אים אַלע געזעגנט - -

 (זיי זענען נישטאָ שוין אַצינד).

 

עס האָבן אים יידן אין געטאָ

אַלע ווי איינער באַווויינט.

באַגראָבן אים לעבן מייַן מאַמען,

אַזוי ווי ער האָט געמיינט.....

 

מען האָט אים אין געטאָ באַווונדערט,

היים אים מקנא געווען,

אַז נישט דורך גאַז און דורך פֿיַיער

ער האָט זייַן טויט געזען.

 

איך איינער בין דאָרט נישט געוועזן

און האָב קיין קדיש געזאָגט,

נאָר ווייַט פֿון מייַן טאַטנס לוויה

האָט מיך בענקשאַפֿט גענאָגט.

 

איך האָב אין אַ ווייַטער תפֿיסה

געפֿילט, ער גייט פֿון דער וועלט,

געוווסט, אַז מייַן טאַטע געדענקט מיך,

מייַן טאַטע, פֿון טויט פֿאַרשטעלט !

 

און ווייַט, אין אַ קאַלטער תפֿיסה,

איך האָב אים וואַרעם געדענקט –

און הייַנט, אין פֿרייַערע קאנטן,

כ'בין אַלץ נאָך אים פֿאַרבענקט !...

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409521

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©