פֿיר קשיות

לעווין קיפּניס : "אונטערן פֿייגנבוים", פֿאַרלאַג "ישראל-בוך" ישראל, ז' 43-45

 

אורי, נירי, יוסי און דוד – פֿיר חברים לערנען אין איין שול, אין ערשטן קלאַס. נאָך פּורים האָבן זיי זיך באַגעגענט  אין שול-הויף.

זאָגט אורי: שוין אַריבער פּורים, איצט קומט פֿרילינג, "חג האָביב".

זאָגט נירי: נישט ריכטיק! איצט קומט "חג הפסח" !

רופֿט זיך אָן יוסי: מייַן שוועסטער האָט מיר געזאָגט, אַז איצט וועט קומען אַ יום-טוב וואָס הייסט "חג החרות".

-       נישט ריכטיק! – שרייַט אויס דָוד – איצט קומט אַ יום-טוב וואָס מען רופֿט אים "חג המצות" !

האָבן זיי זיך אָנגעהויבן קריגן צווישן זיך און באַשלאָסן : "מיר וועלן פֿרעגן די לערערין!"

דערווייַל קלינגט דער גלאָק. אַלע שילער האָבן זיך אַוועקגעשטעלט אין ריי און די לערערין פֿאָראויס. די פֿיר חברים זענען געלאָפֿן און זי אַרומגערינגלט:

-       לערערין! לערערין! – שרייַען זיי אויס אַלע מיט אַמאָל – מיר ווילן אייַך עפּעס פֿרעגן.

-       או, או, או! – לאַכט די לערערין – פֿיר קשיות מיט איין מאָל...

אָבער נישט איצט , קינדער, נאָכן לערנען וועט איר פֿרעגן.

איז מען אַרייַן אין קלאַס, און די לערערין האָט אָנגעהויבן דערציילן די קינדער אַזאַ מעשה:

"אַ חשובער גאַסט קומט צו אונדז אין גיכן, ער הייסט רב ניסן. ער גייט אָנגעטאָן ווי אַ גערטנער און באַווייַזט גרויסע וואונדער. ווי נאָר ער הייבט אויף זייַן פֿאַרכּישופֿטן שטעקן – גלייַך ווערט די גאַנצע ערד ווי איין גרויסער גאָרטן,די ביימער בליען, די פֿעלדער ווערן באַדעקט מיט גראָז און בלומען. אַלע זאָגן אים: 'אַ דאַנק אייַך, רב ניסן, וואָס איר האָט אונדז געבראַכט דעם פֿרילינג-יום-טוב – 'חג האביב'! "

בייַט איבער רב ניסן זייַנע קליידער, טוט אָן בלויע הויזן, אַ ווייַסע בלוזע און קומט אַרייַן אין ווייַן-קעלער.

-       שלום עליכם! – שרייַט ער אויס צו די אַרבעטער – האָט איר אָנגעגרייט גענוג ווייַן צום סדר? יעדער ייִד דאַרף דאָך טרינקען פֿיר כּוסות.

יאָ ! יאָ ! – ענטפֿערן די אַרבעטער, און פֿילן אָן פֿלעשלעך מיט ווייַן און קלעפּן צו עטיקעטן :

"כּשר לפסח !"

גייט אַ  רויס רב ניסן שטאַרק צופֿרידן, נעמט אַ מעטער-שנור אויפֿן האַלדז, אַ נאָדל-פֿאָדעם אין דער האַנט און קומט אַרייַן אין אַ שאַפּ. זעט ער שנייַדערס און נייטערינס זיצן און נייעין. די פֿינגער טאַנצן פֿלינק, די ניי-מאַשינען רוישן הויך און אַלע מייַלער זינגען.

- זייער שיין ! – רופֿט אויס רב ניסן- געדענקט אַז איר דאַרפֿט ענדיקן די אַרבעט ביזן סדר, ס'זאָל, חלילה, קיין קינד ניט בלייַבן צו שמאָל, ניט צו לאַנג און ניט צו קורץ...

- נישט געזאָרגט ! – ענטפֿערן די אַרבעטער – אַלץ וועט זייַן אין אָרדענונג.

רב ניסן האָט שוין געהאַלטן בייַם אַרויס גיין, שוין געווען לעבן דער טיר, האָט ער זיך פּלוצלינג אומגעקערט און אויסגעשריען :

- אַיי, שיר פֿאַרגעסן ! האָט איר בלוי-ווייַסן שטאָף ? מען באַדאַרף דאָך אָנגרייטן פֿאָנען צוליב דעם פֿרייַהייט-יום-טוב – "חג-החרות" !

ער האָט אָבער ניט געוואַרט אויף אַן ענטפֿער. ער האָט אין גיכן אָנגעטאָן אַ ווייַס פֿאַרטעך,

אַ ווייַסע הויב אויפֿן קאָפּ, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און אַוועק אין בעקערייַ.

ווי מען האָט אים נאָר דערזען האָט מען אָנגעהויבן פּלעסקען:

- ברוך הבא ! רב ניסן קומט !

אָבער די אַרבעט אין בעקערייַ האָט מען ניט אָפּגעשטעלט: די – וואַפֿן מעל,

די – גיסן וואַסער, אַ גרויסע מאַשין קנעט, לאַנגע פּאַסן טייג ציען זיך, צעשנייַדן זיך, און קומען אַרייַן אין אַ גרויסן אויסגעהייצטן אויוון – פֿון איין זייַט און גייען אַרויס פֿון דער צווייטער זייַט געבאַקענע מצות, וואַרעמע, פֿרישע, ווייַסע, שמעקענדיקע, רייצנדיקע. יינגעלעך און מיידלעך שטייען און פּאַקן פּעקלעך – און אַלע מיט ר' ניסנען צוזאַמען זינגען: לכבוד "חג המצות" !

         * * *

די לערערין האָט געענדיקט דערציילן איר מעשה.

די פֿיר חברים: אורי, נירי, יוסי, און דוד האָבן אָנגעקוקט איינער דעם צווייטן און געשמייכלט. נאָכן לערנען זענען זיי ניט געקומען צו דער לערערין זי פֿרעגן... נאָר פֿון דער ווייטנס האָבן זיי צו איר גוטמוטיק גשמייכלט.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407976

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©