חרוסת

לעווין קיפּניס : "אונטערן פֿייגנבוים", פֿאַרלאַג "ישראל-בוך" ישראל, ז' 47  - 49

מוני איז געווען פֿאַרבעטן צו זייַן זיידן אויף פּסח. פֿאַר מונין איז דאָס געווען אַ גרויסע פֿרייד, ווייַל ער האָט געוואָלט זען ווי דער זיידע ריכט אָפּ דעם סדר. ער האָט געהערט פֿיל מאָל דערציילן, אַז דער זיידע פּראַוועטּ אַ וואונדער-שיינעם סדר.

איז ער טאַקע געפֿאָרן צום זיידן.

ערב פּסח זאָגט דער זיידע צו מונין:

-                    קום, מוני, וועסט מיר העלפֿן מאַכן חרוסת.

-                    חרוסת? – וואונדערט זיך מוני.

מוני איז שוין געווען אַ חומש-ייִנגל, האָט געלערנט ווי משה האָט אַרויסגעצויגן די ייִדן פֿון מצרים, דערפֿאַר פֿייַערט מען דעם יום-טוב פסח: מוני ווייסט, אַז פּסח עסט מען מצה, פּסח טרינקט מען ווייַן פּסח פֿרעגט מען פֿיר קשיות, מען זאָגט די הגדה און מען עסט קניידלעך. אָבער פֿון חרוסת האָט ער ניט געהערט.

פֿרעגט ער דעם זיידן:

- זיידע, וואָס איז אַזוינס "חרוסת" ?

- צום סדר דאַרף מען אויך חרוסת – ענטפֿערט דער זיידע – כּדי אונדז צו   דערמאָנען, אַז די מצרים האָבן געפּייַניקט די יידן און זיי גצוואונגען צו קנעטן ליים און מאַכן ציגל.

מוני ווייסט די גאַנצע געשיכטע פֿון קנעטן ליים און מאַכן ציגל, אָבער וואָס האָט דאָס צו טאָן מיט חרוסת?

- דער חרוסת זעט אויס  ווי ליים… - דערקלערט וייַטער דער זיידע.

 קלערט מוני: מילא, איכ'ל שוין זען ווי דער זיידע מאַכט חרוסת.

נעמט דער זיידע עטלעכע גרויסע ניס און זאָגט:

- אַנו, מוני, צעקנאַק!

- אַ גרויסע זאַך! – לאַכט מוני, צעקנאַקט די ניס, נעמט אַרויס די יאָדרעס און עפֿנט דאָס מויל...

- ניין! – שרייַט דער זיידע מ'נעמט די יאָדרעס און מ'וואַרפֿט זיי אַרייַן אין אַ מעשענעם שטייסל.

- נעם און צעשטויס די יאָדרעס! – זאָגט ער מונין.

קלאַפּט מוני און שטויסט מיט אַזאַ אימפּעט, אַז די באָבע איז געקומען צולויפֿן אַ פֿאַרפֿלאַמטע פֿון קיך.

- וואָס טוט זיך דאָ מיט אייַך? – שרייַט זי.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407990

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©