אַלע שוסטער גייען באָרוועס

 

בערלס טאַטע אין אַ שוסטער

דאַר און קראַנק און שטענדיק הוסט ער.

 

נאָר דער טאַטע זאָגט ס'איז גאָר נישט

אַרבעט, אַרבעט, כאָטש ער טאָר נישט.

 

מאַכט ער שיך פֿאַר גרויסע, קליינע  -

שיך -  ווי ליאַלקעס, גלאַנציק- שיינע.

שיך – פֿון  לעדער שוואַרצן, געלן .

ווי נאָר איינעם איז געפֿעלן.

 

נאָר פֿאַר בערלען און פֿאַר זיך

מאַכט דער טאַטע ניט קיין שיך .

גייט ער, בערל , און זייַן טאַטע

שיך - אַ לאַטע אויף אַ לאַטע........

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407976

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©