אוי, אַ נאַכט אַ שיינע !

 

 

ווערטער און מוזיק : י. ל. קאהאן  words and music pubkished in 1927/8 by Y. L. Cahan[

 

 

אוי, אַ נאַכט אַ שיינע!

די נאַכט איז געווען אַזוי שיין:

אויף אַ בענקעלע זייַנען מיר געזעסן,

די לבנה האָט גענומען אַוועקגיין.

 

אויף אַ בענקעלע זייַנען מיר געזעסן,

מיר האָבן דאָרט פֿריילעך פֿאַרבראַכט:

וויפֿל רייד מיר האָבן אייַנגעטענהט,

קיין ענד האָבן מיר ביידע ניט געבראַכט.

 

-         וואָס זשע פֿאַר אַן ענד, ליבע, ווילסטו?

אַז כ'בין אַ יינגעלע און מוז צום זשערעב שטיין:

קיין קנס-מאָל קענען מיר ניט מאַכן,

דאָס קענסטו אַליין גוט פֿאַרשטיין.

 

-         גיב זשע מיר דייַן רעכטע הענטעלע

און שווער מיר צו, אַז דו האָסט מיך אמת ליב:

שווער מיר, אַז דו וועסט מיך נישט פֿאַרגעסן

ביזן טאָג פֿון דעם פֿינצטערן גריב.

 

-         מייַן רעכטע הענטעלע קען איך דיר ניט געבן -

כ'שווער דיר צו, אַז איך האָב דיך אמת ליב:

כ'שווער דיר, אַז איך וועל דיך נישט פֿאַרגעסן

ביז צום טאָג פֿון מייַן פֿינצטערן גריב. 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407326

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©