דער ישראל-ייִר / מאַשאַ פאיוק

 

גלייַך דעם רוקן און דעם קאָפּ

נישט געבויגן אויף אַראָפּ,

מיט אמונה אין געמיט,

גאולה-גלויבן, פֿאָלקספֿאַרמעג –

פֿלאַסטערט אונדזער אייביקוועג

דער ישראל-ייִד.

 

יאָגט אַ שטורעם שוואַרץ און שרעקט,

דוכט זיך שין : די זון פֿאַרדעקט,

לעצטן שלם-שטראַל פֿאַרשיט:

- יהיה טוב ! עס וועט זייַן גוט! –

קלאַפּט אין פּלייצע מיט מער מוט,

מונטערט דער ישראל-ייִד.

 

נייַע פֿרייַע פֿרוי און מאַן,

יעדער שפּאַן איז מיט אַ פּלאַן,

פּֿון יאָרטויזנטער געניט:

אין עמוד-האש פֿאַָרויס

ציט און גליט און שמידט זיך אויס:

- סבלנות ! ישראל – ייִד.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408967

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©