צוויי חברים /

אברהם זאַק

אַ ישראל – ראָמאַנס

 

געשריבן אונטער אַ מעלאָדיע פֿון לעאָן ווייַנער


חבֿרים צוויי געווען אין דער מדינה,

אַוועק אין סיני קעמפֿן זייַנען זיי.

ביידע יונגע סאַברעס, ביידע העלדן,

פֿלאַמיקע צה"ל – סאָלדאַטן צוויי.

איינעם אַ גראַנאַט האָט שווער פֿאַרוווֹנדעט,

אַ קויל דעם צווייטן האָט געטאָן אַ ברען.

האָט מען זיי די וונדן פֿעסט פֿאַרבונדן,

און ביידע לעבן – ס'איז אַ נס געשען.

 

ביידע אין שפּיטאָל זיך דאַן געטראָפֿן.

בעט לעם בעט, נאָר ביידע צוגעשמידט.

ביידע יונגע סאַברעס, ביידע העלדן,

אַיעדערן די פֿרישע ווונד נאָך בריט.

 

ביידן מיט אַ לעפֿעלע געקאָרמעט,

מיט אַ שמייכל לינד געמאַכט דעם וויי

האָט די שיינע קראַנקן-שוועסטער נעמי –

געגאַרט צו איר האָט איטלעכער פֿון זיי.

 

געזונט געוואָרן און – צוריק אין סיני,

ווו ס'האַלטן וואַך די העלדן פֿון צה"ל.

באַגלייט האָט ביידן נעמי מיט איר שמייכל,

געווישט אַ טרער, געפֿאָכעט מיטן שאַל.

 

און קיינער פֿון זיי ביידן נישט געוווסט האָט,

אַז נעמיס האַרץ אַן אַנדערן געהערט:

אויך אַ העלד פֿון סיני, אים דערוואַרט זי,

יענער איז פֿון לאַנג שוין איר באַשערט...

 

און דאָרט אין סיני, אונטער קאַלטע שטערן,

געחלומט האָט אַיעדער שטיל און צאַרט

פֿון דער שטענדיק שמייכלענדיקער נעמי,

יעדער גלייבט, אַז נאָר אויף אים זי וואַרט...

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408990

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©