דער שיינער חלום

פֿון נאָך פּסח אָן גייט אַרום יגאָל ווי עפּעס פֿאַרקלערט.

וואָס קלערט ער?

ער קלערט וועגן אַ שייַטער –מאַכן אַ פֿייַער- פֿאַר לג-בעומר.אין

איין פֿרימאָרגן זאָגט ער צו זייַנע חברים:

-מירן הייַנטיקס יאָר מאַכן אַ שייַטער,וואָס אַזוינער איז נאָך ניט געווען!

די חברים האָבן גלייַך אייַנגעשטימט.

-מען דאַרף דאָך אָבער האָבן מיט וואָס צו מאַכן אַ שייַטער!-האָבן

עטלעכט געזאָגט.

-אויך מיר אָ שוועריקייט!-ענטפֿערט יגאָל –לעבן אַלע געבייַדעס

וואַלגערן זיך ברעטלעך,שּפּענער,צעבראָכענע קעסטלעך און פֿעסלעך-

מען דאַרף זיך נאָר אָנבייגן און אויפּהייבן .

-און וואו וועלן מיר מאַכן דעם שייַטער?-פֿרעגן אַנדערע.

וואָס הייסט וואו ?-לאַכט יגאָל –סזענען נאָך דאָ גענוג ליידיקע

פּלעצער אין שּטאָט. אַפֿילו הינטער אונדזער שול געפֿינט זיך אַ גרויסער בוי-פּלאַץ.

-דער עיקר איז-גיט ער צו ערנסט –מיר האָבן ניט מער ווי דרייַ טעג ביז לג-בעומר,סאיז קורץ די אַרבעט איז נאָך וויַיט....

יגאָל מיט זייַנע חברים האָבן זיך ניט געפֿוילט:טאָג-טעגלעך גייענדיק אין שול און פֿון שול האָבן זיי געקליבן און געבראַכט ברעטער און באַלקנס,גאַנצע קאַסטנס און פֿעסער.זיי געשּלעפּט פֿון ווייַטע גאַסן ביזן ליידיקן בוי-פּלאַץ הינטער דער שול,זיי האָבן אָנגעשּלעפּט גאַנצע בערג.

ערב לג-בעומר נאָך מיטאג האָבן זיך די קינדער צונויפֿגעקליבן אויפֿן בוי-פֿלאַץ און זיך גענומען צו דער אַרבעט. דער טראָגט דער שּלעפּט,

דער קאַטשּעט,אַנדערע קלאַפּן טשוועקעס און אַלע אינאיינעם האַלטן אין איין רוישן און שרייַען,און יגאָל קאָמאַנדעוועט איבער זיי,לויפֿט פֿון איינעם צום צווייטן און שרייַט זיי אַלעמען אַלעמען אַריבער.אָט אַזוי זיי אויפֿגעשטעלט אַ הויכן טורעם מיט אַ שּפּיץ אין הימל אַרייַן.

דערווייַל איז שוין געוואָרן פֿינצטער,און שטערן האָבן זיך באַווריזן אויפֿן שּטאַרק בלויען הימל. איינער,

יינגל,האָט מיט אַ מעשענער טרובע געגבן אַ סיגנאַל,יגאָל האָט אַרויפֿגעקלעטערט ביזן שּפּיץ טורעם און אים אָנגעצונדן.

פֿונקען-פֿייַער האָבן געשּפּרונגען פֿון אַלע זייַטן און זיך אָפּגעשּפּיגלטאין די קינדרעס אויגן.זיי האָבן אַלע געשּאַלט מיט גרויס קוראַזשּ.

אויף די דעכער אַרום און אַרום און אויף די וועראַנדעס האָבן זיך באַוויזן דערוואַקסענע און אָנגעקוואָלן פֿון דעם ברענענדיקן טורעם, און קליינוואַרג איז געקומען צולויפֿן פֿון אַלע הויפֿן און געוואָרפֿן אין פֿייַער אַרייַן צייַטונגען,העפטן און אַלטע זאַכן.

דער טורעם האָט זיך צעפֿלאַקערט,רויך-זייַלן האָבן זיך געהויבן,דער הימל איז געוואָרן רויט-אויך די קינדער האָבן זיך צעפֿלאַמט ,געמאַכט אַ גרויסן ראָד אַרום דער פֿייַערדיקן טורעם, און געזונגען און געטאַנצט גאָר לעבעדיק.

ווי זי טאַנצן שּפּרינגט אַרויס אַ בחורל –אַ בריה ,זעצט אַרויף יגאלן אויף זייַנע אַַקסלען און זינגט:

אָמַר רַבּי עקיבא-

רבי עקיבא האָט געזאָגט:

אַשריכם,ישראל!

וואויל איז אייַך,ישראל

רינגעלן אים אַרום די קינדער מיט אַ געזאַנג.,זיי פֿרעגן און יגאל 

ענטפֿערט:

ווער ביזטוּ

-ישראל

ווער זדייַן פֿאָטער

-ישראל

ווער איז דייַן פֿאָלק?

-ישראל

און דייַן לאַנד?

-ישרל!---

---אַ  גרויסער פֿלאַם האָט אַ זעץ געטאָן אין דער הייך,און דורכן פֿייַער.האָט זיך באַוויזן אַ געשּטאַלט  פֿון אַ שיינעם,הייליקן מאַן, מיט אַ לאַנג –גרויער באָרד און ברענענדיקע,אויגן דער מאַן גייט אַרויס פֿונעם פֿייַער ,דערנעענט זיך צו יגאַלן און לייגט זייַן האַנט אים אויפֿן קאָפּ.-ווער ביסטו?-פֿרעגט יגאָל,און זייַן האַרץ קלאַפּט אַזוי.

-איך בין עקיבא!-ענטפֿערט דער מאַן –דרייַ און צוואַנציק טוזינט מיט נייַן הונדערט נייַן און נייַנציק תּלמידים זיצן בייַ מיר  אין דער ישיבה און לרנען תּורה.אַלע  זענען קלוגע,אַלע זענען בראַווע.גיי

איך פֿון איין שייַטער צום צווייטן איך גיי און זוך ,אפֿשר וועל איך געפֿינען נאָך איין תּלמיד ,כּדי צו שליסן אַ גלייַכע צאָל פֿון פֿיר און צוואַנציק טויזנט תּלמידים ..

דער מאַן שווייַגט איין מאָמענט.,קוקט אַרייַן טיף יגאָלן אין די אויגן און רופֿט אויס:

-         און איך האָב דיך געפֿונען!כהאָב געהערט דייַן געזאַנג,כהאָב געזען דייַן גוט ריין האַרץ ביסטו געפֿעלן.ווילסטו גיין מיט מיר?

-         -איך בין גרייט!-רופֿט יגאָל מוטיק ,און שטרעקט אויס זייַנע הענט.

-         קושט אים רבי עקיבא שטערן, נעמט אים,זעצט אים אַוועק אויף זייַנע אַקסלען און שוועבט מיט איןם איבער הויכע בערג, צווישן ריזיקע פֿעלדזן און איבער געדיכטע וועלדער שוועבט און זינגט:

-         "וואויל איז אייַך,ישראל!"

-         זענען אַרויס פֿון צווישן די ביימער טויזנטער תּלמידים,האָבן אַרומגערינגלט יגאָלן און גערופֿן:

-         "ווער ביסטו?"

-         און יגאָל ענטפֿערט:"ישראל"—

-         פּלוצעם לאָזט זיך הערן אַ שטים:

-         מאַכט אַ וועג !מאַכט אַ וואַרע!

-         און גלייַך קומט אָן,רייַטנדיק אויף אַ יונג ,אַ העלד מיט געקרייַזלטע האָר און שטערנדיקע אויגן:

-         איך בין בר-כוכב !ווער סוויל אַראָפּוואַרפֿן דעם יאָך פֿון די

רוימער-זאָל קומען צו מיר  !

-מיר אַלע זענען גרייט!- האָבןגעענטפֿערט רבי עקיבא מיט זייַנע טויזנטער תּלמידים –מיר זענען גרייט צו שטרייַטן פֿאַר דער פֿרייַהייַט פֿון אונדזער פֿאָלק און לאַנד!

בר –כוכבא האָט אָנגענומען די גריווע פֿונעם לייב און דורכעשּפּאַנט די שורות פֿון די תלמידים .ווי ער האָט דערזען יגאָלן,האָט ער זיך אָפּגעשּטעלט און געפֿרעגט:

-ווער ביסטו,מייַן קינד?

-דער יינגסטער פֿון מייַנע טויזנטער תּלמידים –ענטפֿערט פֿאר אים רבי עקיבא.

ער איז דאָך גאָר אַ יונג קינד –זאָגט בר כוכבא-ער וועט ניט קענען שטרייַטן מיט די רוימער!

טרערן האָבן זיך באַוויזן יגאָלס אויגן.

איך בין טאַקע נאָך קליין!-ענטפֿערט ער-אָבער אויך דוד המלך איז געווען אַ קליין יינגל ווען ער האָט געשּלאָגן גלתין!

ביסטו טאַקע אַזוי שּטאַרק ווי דוד ?

שפּריגנט אַרויף יגאָל אויף אַ פֿערד,און אַזוי רייַטנדיק רייַסט ער אויס אַטענענבוים מיט זייַנע וואָרצלען.

-אַ בראַווער יונג!-שרייַען אויס אַלע תּלמידים .און בר כוכבא לייגט צו:

אַזוינע יגאָלס וועלן אונדז ברענגען די גאולה!

און די מילחמה מיט דדי רוימער האָט זיך  אָנגעהובין.

גרויס איז געווען דער זיג.

בר-כוכבא מיט זייַן גאַנצער אַרמיי האָט זיך אומגעקערט פֿון קריג זייער פֿריילעך .זיי האָבן געזונגען,געהויבן פֿאָנען און אויף איינעם פֿון די הויכע בערג האָבן זיי זיך אָפּגעשּטעלט רוען נעכטיקן.

זיי       האָבן צונויפֿגעקליבן צווייַגן ,דערנער און גראָזן און אנגעצונדן אַ גרויסן שייַטער,און ווען דאָס פֿייַער  האָט זיך שּטאַרק צעברענט,שטעלט זיך אַוועק בר-כוכבא און רופֿט אויף אַ קול:

וואו איז ערגעץ אָט –דער קליינער יגאָל ,וואָס האָט אונדז געבראַכט אַזאַ גרויסן זיג?

די גאַנצע אַרמיי בלייַבט שטיין שטיין שטיל און בר –כוכבא דערציילט:

"די רוימער זענען גענען געווען זייער פֿיל,ווי זאַמד אויפֿן ברעג ים. זיי זענען אַלע געווען אָנגעלאָדן מיט געווער פֿון פֿוס ביזן קאָפּ.זיי זענען אונדז באַפֿאַלן פֿון אַלע זייַטן. דער רוימישער הויפּט –קאָמאַנדיראַליין האָט גאַלאָפּריט אויף אַ גרויס פֿערד , האָט געפֿאָכעט מיט זייַן שווערד און האָט געהאַלטן אין איין שרייַען :"אַמפּלה בר –כוכבאן,

אַ טויט די יידן!""ווי ער שרייַט אַזוי און העצט זייַן אַמיי-דערשייַנט דער קליינער     יגאָל ,פֿלינק צווישן זייַנע שּאַרפֿע, אויסגעשטרעקטע שּפּיזן,

דער גרייכט ביזן הויפּט קאָמאַנדיר, און מיט אַ געשריי:"אַ טויט די רוימער !"באַפֿאַלט ער דעם הויפּט-קאָמאַנדיר און שליידערט אים אראפ אויף דער ערד ווען די רוימער האבן דאס דערזען זיי אלע צעלאפן לעבן זאל יגאל האט מען גערופון פון אלע זייטן

וואו איז ער? וואו האָט ער זיך באַהאַלטן ? – פֿרעגט בר-כוכבא.

-         אָט איז ער ? ---

·        * *

יגאל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף ...

זייַנע חבֿרים שטייען אַרום אים, און טאָרקען אים :

-         וואו האָסטו זיך באַהאַלטן ? גענוג זיך שוין שלאָפֿןץ יגאַל ! זע, דער שייַטער האַלט זיך שוין בייַ לעשן !

יגאַל רייַבט אויס די אויגן און גייט פֿאַרחלומטער מיט זייַנע חבֿרים.

אויף מאָרגן דערציילט זיי יגאַל זייַן חלום.

- אַ שיינער וואונדער-חלום ! – שמייכלען די חברים, און זייַערע אויגן בלישטשען.

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408691

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©