חומש לידער / יעקב אבֿינו לערנט מיט זייַנע זין ,,מכירת יוסף"
איציק מאַנגער  [1901-1969]

-  ראובֿן, מייַן סאַמע עלטסטער זון,
וואָס שטייסטו אַזוי שטיל ?
-  פֿאָטער יעקבֿ, מיר זייַנען גרייט
צו שפּילן דעם פּורים שפּיל.

יוסף, מייַן סאַמע ליבסטער זון,
טו אָן דאָס זייַדענע העמד !
די ברידער ווילן דיך נאָך אַ מאָל
פֿאַרקויפֿן אין דער פֿרעמד.

 

איז וואַרפֿן זי ידיך אַרייַן אין גרוב,
טאָ וויין – אָבער נישט צו פֿיל !
דו שפּילסט דאָך נישט דאָס ערשטע מאָל,
מייַן קינד, דעם פּורים-שפּיל.

נאָר ווען דו גייסט פֿאַרבייַ דעם וועג,
ווו דייַן מאַמעס קבר שטייט,
וויין אויף איר שטיין אַן אמתע טרער
און זאָג צו איר שטילערהייט :

 

-          - דער אַלטער יעקבֿ וואָלט נאָך אַ מאָל
געדינט זייַנע זיבן יאָר.
ער זאָל נאָך אַ רגע פֿאַרן טויט
אַ גלעט טאָן אירע האָר.

און ווייַטער וויינסטו שוין אַליין,
ווו אייַן און וו אויס און ווי -
ס'פּאַשען שוין אין פּרעהס טרוים
די זיבן פֿעטע קי.

זייַ אים פּותר ווי אַלע מאָל,
זע, מאַך נאָר נישט קיין פֿעל,
און פֿאַרעגס נישט, למען השם,
דעם טאַטן אַ זעקל מעל !

און פֿאַרגעס נישט, למען השם,
יוסף הצדיק דו מייַן -
און היט זיך פֿאַר פּוטיפֿרס ווייַב,
כאָטש זי איז יונג און שיין !

-         ---------------

הייַדע קינדער, וואָס שטייט איר, וואָס,
וואָס שווייַגט עץ אַזוי שטיל ?
- פֿאָטער יעקבֿ, האָסט קאַליע געמאַכט
אַליין דעם פּורים-שפּיל.
 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408844

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©