מגילה לידער / המן טעלעפֿאָנירט צו ויזתא

אין דער רעדאַקציע

איציק מאַנגער [1901-1969]
 די "מגילה לידער" זענען געוואָרן פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין וואַרשע אין יאָר 1936

,,האַלאָ ויזתא, דער טאַטעשי רעדט

קרייץ- הימל- דאָנערוועטער ! –

איך האָב אַ נייעסל, מייַן קינד,

פֿאַר דיַינע ,, נאַרישע בלעטער".

 

דער מלך, זאָל לעבן, איז פֿאַר נאַכט

אין מאַרק אויף  יאַגד געגאַנגען

און, ווי זייַן שטייגער, פֿליגן געכאַפּט

גראָד די צענטע געפֿאַנגען.

 

איז צווישן די יידישע יאַטקעס אַפיר

אַ צעשויבערטער יינגערמאַן

מיט אַ קניפּיקל אין דער האַנט

און אַ געשריי געטאָן !  ,, דו טיראַן,

 

גיב מיר תיכף מייַן אסתרל אָפּ

אַז נישט זאָג גיך אָפּ ווידוי !

אַ מלך ביסטו ? אַ שאַרלאַטאַן !

אַ ממזר בן הנידה ! "

 

איצט ליגט דער מלך אין שפּיטאַל

און דער חברהמאַן אין קייטן:

פֿאַרשטייסט אַליין, ויזתא, מייַן זון –

מען דאַרף די ידיעה פֿאַרשפּרייטן,

 

אַז דאָס האָבן זשידעס אָנגעשטעלט,

צו נעמען דעם מלך ס'לעבן -

און אַז דער מלך וועט קומען צו זיך,

וועל איך אים אַן עצה געבן :

 

אדוני מלך, מייַן קלוגער האַר,

מען דאַרף די יידן אויסקוילן .

זיי זענען דאָך אַלע געקומען אַהער

פֿון ליטע און פֿון פּוילן.

 

און דו וועסט זען, ויזתא, מייַן זון,

אַז פֿאַר אַלע מייַנע יסורים

וועלן די זשידעם הייַנטיקס יאָר

האָבן אַ וויסטן פּורים."

 

מייכלטע ויזתא : ,, יעס, פאַפּאַ,

דו קענסט דיך אויף מיר פֿאַרלאָזן,

די זשידעס וועלן שוין שפּרינגען בייַ מיר

אַזוי ווי דערשראָקענע האָזן."

 

און ער זעצט זיך בייַם שרייַבטיש אַוועק

און לאַכט צו זיך און רעדט

און ס'שמייכלט פֿון דער וואַנט אַראָפּ

דעם מלכס קלוגער פּאָרטרעט.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408662

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©