גאָלדע
 
 אברהם סוצקובר [1913-2010]
נאַראָטשער וועלדער 19טן יאַנואַר 1944

 

... און ווען דורך נאַכט, איו ווילדערניש אין ווַייַטער,

האָט דורכגעריטן גאָלדע ס'ערשטע מאָל,

האָט זיך געדאַכט: אַ פֿליענדיקער שייַטער

     דורך באַרג און טאָל.

 

באַגינען האָט געבלויט פֿון אירע אויגן

און יעדער פּאַרטיזאַן האָט גלייַך דערפֿילט :

דער וואַלד מיט גאָלדעס שמייכל ווערט באַצויגן

     און העל באַגילדט.

 

דאָס ערדן-שטיבל אונטער מאָך און קאָרע

האָט זיך צעבליט מיט פֿרילינג ווי אַ בייט,

ווי ס'וואָלט אַהין אַרייַן די וועלט די גאָרע

     מיט יונגער פֿרייד.

 

פֿאַרווונדיקטע גבּורים האָבן ווידער

געהויבן זיך פֿון אָרט , שוין ניט גערוט,

ווייַל גאָלדעס שמייכל האָט געהיילט די גלידער,

     דערפֿרישט מיט מוט. 

 

 אין מאַרש, אין לויערונג, בייַם רייַסן בריקן,

אין הייסן אין האַרטנעקיקן געשלעג ,

עס האָבן ווי באַפֿוילן גאָלדעס בליקן:

     - פֿאָרויס אין וועג !   

 

נאָר אין אַ נאַכט אַ קוואַלדניק-מאַיאָווע,

בעת גאָלדע האָט געלויערט אויף אַ באַן,

האָט עפּעס העכער זיך צעקלאָגט אַ סאָווע

צום פּאַרטיזאַן.

 

און ווי ס'האָט אונדזער שמייכלדיקע שוועסטער

דערהאָרכט דעם רויש פֿון רעדערדיקע טריט,

און ווי זי האָט דעס קוינט געוואָרצלט פֿעסטער

     צום דינאַמיט,

 

און ווי זי האָט מיט אויג און האָרץ געשלונגען

די זעונג פֿון דעם אויפֿגעוואַכטן פֿלאַם,-

איז אין דער לופֿט דער עשאַלאָן צעשפּרונגען

     מיט איר צוזאַם.

 

אַ חבר האָט געפֿונען בלויז פֿון גאָלדען

אַ האַנט אין גרינעס גראָז און איז מיט איר

איוו ואַלד געקומען און געמאָלדן

      דעם קאָמאַנדיר.

 

און ס'האָט דער קאָמאַנדיר, אַ קוים באַהערשטער,
פֿאַרבייַ זייַן מחנה טראָט נאָך טראָט געשפּאַנט,
דערציילט אונדז וועגן גאָלדען, און דער ערשטער
     געקושט די האַנט.
  

און צוואַנציק זאַלפּן האָבן זיך געהויבן,
און צוואַנציק מאָל האָט ס'האַרץ געטאָן אַ ברויז.
דערנאָך האָט מען די האַנט פֿאַרשאָטן. אויבן -
    פֿאַרזייט אַ רויז.

און רונד אַרום דער רויז און העכער, ווייַטער
עס וואָגלט גאָלדעס שמייכל ווי אַ מאָל,
ווען זי האָט דורכגעריטן ווי אַ שייַטער
   דורך באַרג און טאָל.

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407229

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©