מייַן מאַמען
אורי צבי גרינברג [1896-1981]
[פעלים רצוי לחפש במילון בלי ע']

אָ, מאַמע, מייַן טרויריגע מאַמע, געבויגען
פֿון האַרציגען לייַד און פֿון גורל געשלאָגען,
איך ווייס, אַז אין טאָל, אינעם פֿינסטערען טאָלגאַנג,
האָסטו נאָך דייַן שטאָלץ און דייַן שטאַם נישט פֿאַרגעסען.
אויף גליהיגען אַש פֿון דייַן נפֿש דו חלום'סט :
דייַן זוהן צו דערזעהן אין דער קרוין פֿון די זיידעס... [זוהן=זון :   
                                                                     דערזעהן=דערזעען]



און כ'זעה אינעם שייַן פֿון אַ יעדער מאָל שׁקיעָה,      [כ'זעה=כ'זע ]
ווי ס'ווייַזט מיר דייַן האַנט צו דעם באַרג, וואו עס שטעהט נאָך [שטעהט=שטייט]
דער יתום'ער מִקְדָשׁ פֿון הייליגע אָבוֹת -- --
און טראַכסט: איך בין איינער, וואָס זאָל זיך פֿאַרהילען
און הייליגסטען זיידקלייד און קומען באַלויכטען
אין שטילע פֿאַרנאַכטען אויף ווידער דעם מִקְדָשׁ -- --

און כ'ווייס, אַז דו ווייסט, אַז מייַן וועג איז פֿאַרלוירען ;
און זעהסט, אַז מייַן שיף איז אויף רוישיגע כוואַליעס ; [זעהסט=זעסט]
עס רייַסן די שטורעמס צו ווייַט-ווייַטע ברעגעס,
צו ווייַט-ווייַטע ברעגעס -- --

און כ'ווייס, אַז דייַן ליבע, מייַן מאַמע, מייַן בלייכע,
דייַן ליבע די גרויסע, די בלוטיגע ליבע,

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408070

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©