כערעלע שלאָפֿט

שיקע דריז

 

ווען איך זאָל זיין דער גאָר- גאָר- גאָר,

דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל,

וואָס וואָלט איך, וואָס וואָלט איך

באַפֿוילן און  געהייסן?

באַפֿוילן וואָלט איך גאָר אַזוי:

עס זאָלן ניט סקריפּען קיין טירן,

מע זאָל דריי מאָל אין מעת-לעת

מיט איילבירט-בוימל שמירן,

שוסטער זאָלן טאָג און נאַכט

ווייַכע שטעקשיך אונדז נייען,

מע זאָל קיין מינדסטן שאָך ניט הערן,

ווען מענטשן ערגעץ גייען.

געחתמעט וואָלט איך אַ פּאַפּיר
און געבן צו וויסן פֿון דעם,
אַז אויפֿוועקן אַ פּיצעלע קינד

איז נאָך ערגער פֿון חילול השם.

און דער, וואָס וועט ניט פֿאָלגן מיך,

וועט ווערן מיט חרם באַשטראָפֿט !

שטילער, שטילער, שטילער זאָל זייַן, -

בערעלע, בערעלע שלאָפט.

ווען איך זאָל זיין דער גאָר- גאָר- גאָר,

דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל,

וואָס וואָלט איך, וואָס וואָלט איך

באַפֿוילן און  געהייסן?

באַפֿוילן וואָלט איך גאָר אַזוי:

מעז אָל קיין רגע ניט זאַמען,

ניט זשאַלעווען קיין באַרג מיט האַלץ

און אויפֿזידן דריי ימען,

און אויסבאָדן, און אויסצוואָגן

די וועלט מיט אירע ביינער,

און אָפּשערן די קויטיקע נעגל איר,

די וועלט זאָל ווערן ריינער,

מע זאָל  ניט באַדאַרפן זי

טראָגן פֿון זיך פֿונדערווייטן,

ווי מען טראָנט דאָ

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407367

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©