דער זייגער וואָס איבערן קאָפּ / פֿערטער עטאפֿ :

לעצטער טראָנספּאַרט

ק. צטניק [1909-2001]

 

אויף אָט דעם וועג זענט איר אַלע געגאַנגען –

איך גיי איצט אייַך נאָך.

ס'איז דער וועג צו די וואַגאָנען.

 

די זון שיינט פֿון אונטן און גליט-אָן די אייזערנע צינגלעך פֿון די אויסגעשטרעקטע ביקסן אויף רויט. ס'וואָלט איצט געווען זייער לייַכט אַרויסצושפּרינגען פֿון די געטריבענע שורות.

אַ שפּייַ טאָן אַ קללה אינעם שוואַרצן פּנים פֿון די אָנטרייבער, און פֿאַלן מיטן קאָפּ צו דער רויטער שקיעה.

מיר זענען די לעצטע פֿון אַ לעצטן געטאָ. ווי אַזוי זענען אויף אָט דעם וועג געגאַנגען די שענסטע פֿון אַ פֿאָלק ?

ס'איז נישט קיין גבורה צו שטאַרבן. ס'איז איצט די העכסטע גבורה – צו לעבן.

 

עס מאַרשירן די לעצטע פֿון אַ לעצטן טראַנספּאָרט – קיין אוישוויץ.

 

אוישוויץ –

 

דאָס איז אַ פֿאָרלויף פֿאַר דעם טויט. דער טויט בלייַבט הינטערשטעליק הינטער דיר. אַזאַ טויט האָט דער טויט נאָכנישט געזען.

 

אוישוויץ –

 

דאָס איז דאָס אַוועקטראָגן דעם לעצטן פֿונק פֿון דייַן לעבן אין הינטער-לאַנד פֿון טויט. דייַן לעבן – ווי אַ ווייַסע טויב אַ פֿאַרבאָרגענע אין בוזעם פֿון דייַן געשענדטן גוף ; דייַן לעבן – וואָס קייַנער קאָן דיך נישט ברענגען דערצו עס זאָל דיר פֿאַרמיאוסט ווערן.

עס פֿאַרדריסט די שוואַרצע אָנטרייַבער פֿון טראַנספּאָרט. זיי וואָלטן איצט געוואָלט זען ווידערשפּעניקייַט. מרידה. זיי וואָלטן איצט געוואָלט קוקן ווי עס פֿאַלן די אַנטרינענע אין דערשאָסענעם לויף מיט אויסגעצויגענע הענט צום אָנגעצונדענעם זאַמדיקן שטח.

 

אויף אָט דעם וועג זענט איר אַלע געגאַנגען –

איך גיי איצט אייַך נאָך.

ס'איז דער וועג צו די וואַגאָנען.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409489

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©