חנוכה
ברוך אתה, זינגט דער טאַטע

אַברהם רייזען [1875-1953]

מוזיק : ס. גאָלוב Golub, Solomon 1887-1952]

,,ברוך אתה !" זינגט דער טאַטע
און ער צינדט די ליכט.
און די שטראַלן, מילדע, פֿאַלן
אויף זייַן בלאַס געזיכט.

און אַ פֿייַער - הייליק, טייַער -
אין די אויגן לייַכט.
און דער מידער, מיט די גלידער
האָט זיך אויסגעגלייַכט.

און עס דאַכט זיך און עס טראַכט זיך:
ס'איז נאָך עפּעס דאָ:
ס'איז געבליבן וואָס צו ליבן -
הייליק איז די שעה !

אַלטע קלאַנגען, לאַנג פֿאַרגאַנגען,
ניין, עס קלינגט נאָך אַצינד.
- זינג מיר, טאַטע, ,,ברוך אַתּה !"
און איך בלייַב דייַן קינד.

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407331

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©