מגילה לידער / מען פֿירט המן צו דער תליה /
 איציק מאַנגער
 [1901 - 1962 ]

 די "מגילה לידער" זענען געוואָרן פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין וואַרשע אין יאָר 1936

 

צעעפֿנט די פֿענצטער,

 צעפּראַלט די טירן,

מען טוט המן הרשע

איבער די גאַסן פֿיר.

ן

מען טוט אים פֿירן.

מען טוט אים ברענגען

אויפֿן מאַרק צו דער תּליה,

דאָרט וועט מען אים הענגען

 

,,תליון, תליון,

ווייסט דאָך, ווער אין בין-

לאָז מיך כאָטש דעזעגענען

מיט מייַנע זין!"

 

,, דייַנע זין, דייַנע זין

וועט מען צו דיר ברענגען,

און מען וועט זיי מיט דיר

אין איינעם אויפֿהענגען"

 

,,תּליון, תּליון,
וויי צו מייַנע יאָרן-

איך, וואָס בין כּסדר

אין אַ פּיאַקער  געפֿאָרן, [פּיאַקער = פּריצישע קאַרעטע ]

 

מוז זיך שלעפּן צו פֿוס

און אָט די קייַטן טראָגן,

פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען -

אפֿשר קענסטו מיר זאָגן?

 

 ניין, דו קענסט מיר ניט זאָגן,

אומיזסט דאָס פֿערגן,

איך זע שוין די תּליה,

זי טאַנצט מיר אַנטקעגן.

 

 

איך זע שוין די תּליה
איך הער שוין די ראָבן,
אויפֿן אַלטן צווינטער
זאָלט עץ מיך באַגראָבן.

 

 

נאָר פֿאַרשטאָפּט מיר די אויערן
- איך טו אייַך באַשווערן -
אַז איך זאָל פֿאַרשפּאָרן
דעם גראַגער צו הערן,"

 

אַזוי טענהט דער רשע,
בּשעת ער גייט -
און ס'לאַכן און שפּעטן
קינד און קייט.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407940

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©