מגילה לידער / דער מלך אחשוורוש נאָכן אַטענטאַט
איציק מאַנגער [1901-1969
]

 

דער מלך שטייט אין די גאַטקעס

בייַם אָפֿנעם פֿענצטער און טראַכט
אַזוי פֿיל ליכטיקע שטערן

פֿאַרמאָגט די זומערנאַכט..

 

ער אָטעמט טיף:ס'אַ מחיה

צו לעבן אויף דער ערד,

צו טרינקנען ווייַן און צו הורן

און פֿאָכען מיט דער שווערד.

 

אוי, וואָם וואָלט געווע , אַ שטייגער

ווען דער משוגענער יונגערמאַן

וואָלט אים אויף טויט דערהרגעט

-         וואָם וואלט געוועזן דאָן ?

 

ער וואָלט אַצינד געלעגן

ניין איילן טיף אין דר'ערד

און וואָלט נישט געזען די שטערן

און די פֿייגל נישט געהערט.

 

זייַן אסתר וואָלט אפֿשר געגאַנגען

אַ יאָר אין טרויער געהילט.

און אפֿשר נישט ? - אפֿשר תּיכף מיט

 אַ צווייטן אַ ליבע געשפּילט.

 

צו אים וואָלט געקומען בלויז ושתי:

,,ס'קאָצל קומט, מייַן מאַן!

וואָס מאַכט עפעס מייַן קאַנאַריקל

און ווער שפּילט אויף מייַן פֿאַרטעפּיאַן?"

 

ער שוידערט. גערעכט איז המן,

מען דאַרף טאַקע מאַכן אַן עק.

מאָרגן נאָך, ניין - טאַקע תיכף

שיקט ער די בריוו אַוועק.

 

און זאָלן נישט מייען די זשידעס,

אָז ס'אין זיי אַ פורים-שפּיל –

ער פאַרמאַכט פּאַמעלעך דאָם פענצטר:

די לופט ווערא פייכט און קיל.

 

ער זעצט זיך אַוועק ביים שרייבטיש

און אָמטעמט שווער און טיף,

ער שפּייט אָריין אין טינטער

און חתמעט אונטער די בריוו.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408002

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©