צעשניטענע ליפּן
אברהם סוצקעווער

יונגשאַפֿט  איז אַ בוים. און דער בוים פֿון יונגשאַפֿט, מייַן ליכטיקע, טרייסלט אָפּ פֿון זיך זייַנע זומערדיקע בגדים כּדי אויפֿצורוישן יינגער, נאָך יינגער ווי פֿאַר אַ יאָרן.
די אָ ווערטער האָט אַ באַיאָרנטער מאַן אַראָפּגעמורמלט פֿון זייַנע צעשניטענע ליפּן פֿאַר אַ גאָרי יונגער פֿרוי, אָקערשט אויסגעוויקלט פֿון אַ זומער-נעפּל.
דער באַיאָרנטער מאַן, דער חכם און דער נאַרמיטן קאַלכאויוון-שטויב אויף זייַן דערנערשער טשופּרינע, האָט זיי אַראָפּגעמורמלט ניט פֿאַר דער גאַנצער פֿרויגעשטאַלט, נייַערט בלויז פֿאַר דער שמייכלענדיקער האַנט אירער, בעת ער איז צוגעפֿאַלן מיט זייַנע צעשניטענע ליפּן צו אירע גנעדיקע פֿינגער, אויף דאָ סנייַ איבערצולעבן דעם טעם פֿון זייַן יונגשאַפֿט.
און דער באַיאָרנטער מאַן האָט יעמאָלט ניט בלויז אין זייַנע צעשניטענע ליפּן, אין זייַן פֿראָסטיק מויל, נאָר אויך אין די טרוקענע וואָרצלען פֿון זייַן דערנערשער טשופּרינע, פֿייַערקלאָר אַ דערפֿיל געטאָן דעם יונגן מתיקותדיקן טעם פֿון שאָרסטקע מאַלינעס און דעם ריזלענדיקן סמאָלע-ריח פֿונעם צוזאַמענגעצווייַגטן וואַלד וווּ די מאַלינעס באַהאַלטן זיך.
און יעמאָלט האָט ער איבערגעלעבט אַ זעלטענע איבערלעבונג : אַז דאָרטן וווּ די נשמה זייַנע ענדיקט זיך, הייבט זיך אָן אַ נייַע און דאָרטן וווּ די נייַע ענדיקט זיך – גוססט אין אים דער טויט.
אין אַ רגע צי אָנדערטהאַלבן שפּעטער, ווען די יונגע פֿרוי האָט באַפֿרייַט פֿון זייַנע ליפּן איר שמייכלענדיקע האַנט, האָט שוין דער זעלביקער טויט אויפֿגעהערט אין אים צו גוססן.
און דער באַיאָרנטער מאַן האָט מיטן פֿאַרגרעסער-גלאָז פֿון זייַן טרער זיך אַרייַנגעטיפֿט אין די סודות פֿון אירן אַן אייניקן פֿינגער, העכער פֿון די אַנדערע, און ער האָט ווידער אַראָפּגעמורמלט פֿון זייַנע צעשניטענע ליפּן :
- דער בוים פֿון יונגשאַפט איז ווייַטער פֿון דייַן פֿאַראַיאָריקן שאָטן. זייַן גן-עדן-ווייַן איז דיר ניט באַשערט צו פֿאַרזוכן. איך קאָן שווערן : דייַן וואָריק פּנים איז דאָס פֿייַכטע פּנימל פֿון דעם אָ פֿינגער.
זייַן פּנימל איז אויסגעצירקלט מיט קאַרבן איבער קאַרבן ; און דאָס האַלבע זונעלע בייַם האָריזאָנט פֿון דייַן פֿינגערס נאָגל וועט שוין קיין מאַל ניט אויפֿשייַנען העכער, מייַן געביין צו דערוואַרעמען.
דו ביסט אַ כוואַליע וואָס האָט אייַנגעשלונגען אַ מענטשן.
דייַנע קאַרבן זענען עלטער פֿון מייַן שרעק. עלטער פֿון אונדז ביידן.
דו ביס עלטער פֿון דער פֿירפֿיסיקער זקנה, דער פֿאַרנאָדלטער אין שוואַרצן זייַד, וואָס קאָרמעט מיט אַרבעס, בייַם שטאָטמוזיי, די גנעדיקע, זיך דערבאַרעמדיקע טויבן.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409551

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©