אַ יידישע מאַמע

ווערטער און מוזיק: גי.י.פולאק

 

איך וויל באַ אייַך אַ קאַשע פֿרעגן:

זאָגט מיר ווער עס קען,

מיט וועלכע טייערע פֿאַרמעגונס

בעִנשט גאָט אַלעמען?

מען קויפֿט עס ניט פֿאַר קיִיִנע געלט;

דאָס גיט מען נאָר אומזיסט,

און דאָך אַז מען פֿאַרלירט דאָס,

וויפֿל טרערן מען פֿאַרגיסט!

אַ צוויִיִטע גיט מען קיִיִנעם ניט,

עס העלפֿט ניט קיין געוויִיִן;

אוי, ווער עס האָט פֿאַרלאָרן,

דער וויִיִס שוין וואָס איך מיִיִן.

 

אַ אידישע מאַמע,

עס גיבט ניט בעסער אין דער וועלט

אַ יידישע מאַמע,

אוי וויִיִ, ווי ביטער ווען זי פֿעלט.

ווי שיִיִן און ליכטיג איז אין הויז

ווען די מאַמע איז דאָ;

ווי טרויעריג – פֿינסטער ווערט ווען גאָט

נעמט איר אָף עולם הבאָ!

אין וואַסער, אין פֿייַער

וואָלט זי געלאָפֿן פֿאַר איר קינד;

ניט האַלטן איר טייַער,

דאָס איז געוויס די גרעסטע זינד.

אוי, ווי גליקליך און רייַך איז דער מענש וואָס האָט

אַזאַ שיִיִנע מתנה געשענקט פֿון גאָט –

נאָר אַ אַלטעטשקע יידישע מאַמע, מאַמע מייַן!

 

ווער איז אייַך בייַ דער וויגעלע געזעסן

טאָג און נאַכט?

און ווער האָט בייַ אייַער קראַנקן בעט

קייַן אויג ניט צוגעמאַכט?

ווער האָט פֿאַר אייַך געקאָכט, געבאַקט,

געאַרבעט און געשקלאַפֿט,

און ווער וואַָלט פֿאַר איר קינד

אַוועקגעליִיִגט איר לעצטע קראַפֿט?

בייַ וועמען זייַט איר אַלע טייַער,

אַלע פּייַן און גוט?

ווער וואָלט פֿאַר אייַך געגעבן

איר לעצטן טראָפּן בלוט?

 

אַ יִידישע מאַמע...

 

 

 

אשאל ואם אפשר ענו לי על השאלה:

מהו האוצר הכי יקר שבעולם?

לא תקנה אותו בכסף הוא ניתן חינם

ואם אותו רק מאבדים זולגות דמעות כים

לא תקבל שניה כזו, חבל על הדמעות

אוי, מי אשר איבד זאת, הוא יודע טוב מאוד

 

אַ יִידישע מאַמע

היא היקרה שבאוצר

אַ יִידישע מאַמע

אוי כמה רע כשהיא תחסר

זהר הבית ונוצץ כשהאמא בו

והוא דומע וכואב כשעוזבת היא אותו

באש ובמים תלך היא רק עבור ילדהּ

תנשך היא שפתים גם אם יפגע הוא בכבודהּ

אוי, כמה מאושר מי אשר זכה

באותה מתנה יקרה ברוכה

שזכה בה בייד'שע מאַמע,

מי זו אשר את מטתכם לרגע לא עזבה

ומי כשעלה חומכם עיניים לא עצמה?

מי עבורכם בישלה, אפתה, עבדה ולא חדלה

ומי לילדיה כך נתנה את כל כולה

ובעיניה אין עוד טוב מכם ואין מוצלח

מי למענכם תקריב את טיפת דמה האחרונה?

 

אַ יִידישע מאַמע...

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407308

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©