פּ ס ח
אברהם רייזען
גאָנצער ווינטער אין מייַן האָרצן
איז געוועזן – גליטשיק, חושך.
ס'האָט דער פֿרילינג זיך באוויזן
און אין האַרצן אין איצט פסח...
אויסגערוימט פֿון דאָרט דער חמץ,
אַלץ וואָס ס'איז געוועזן זויער;
אויסגערוימט די שימל-זאָרגן
און דעם אַלטן, קאַלטן טרויער.
כ'פֿיל אַסדר אין מייַן האַרצן,
ריין און ליכטיק גאָר אַ וווּנדער;
קום, דו, פֿרייַהייט, אין מייַן האַרצן –
זייַ די מלכּה דאָרט אַצינדער!..