שפוך חמתך
אברהם רייזען

שפֿוך חמתך על הגויים—
די וואָס האָבן ניט פֿאַרשטאַנען
יענע גאולה פֿון מצרים,
די באַפֿרייַונג פֿון טיראַנען !

וואָס זיי האָבן דיך געצוווּנגען
אין די קעלערן און היילן
זיך באַהאַלטן און פֿון פֿרייַהייט
דייַנע קינדער צו דערציילן.

שפֿוך חמתך על הגויים--
וואָס
פֿאַרשטאַנען ניט גאָטס נאָמען
און דער פסח, און דער פֿרילינג
דינט אַ צייכן פֿאַר פאָגראָמען ...

ווייַל זיי האָבן אין די כוסות
דיר געגאָסן שרעק און סם,
און פֿאַרפֿלעקט דייַן ריינסטן יום – טובֿ
מיט אַ בייז' עלילת-דם...

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407370

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©