אין אונדזער לאַנד
אברהם רייזען

אין אונדזער רוישק לאַנד,
אויף וועגן אומבאַשרענקטע,
מיר גייען שטיל אַרום
פֿאַרטראַכטע און פֿאַרבענקטע.

און ווער ס'פֿאַרשווייַגט זייַן וויי --
מען וועט זייַן וויי דערשפירן,
ס'האָט יעדער אין זייַן האַרץ
זייַן היים געבראַכט צו פֿירן.

און אין געיעג און רויש,
אין טומל, אין געויימל --
זעט יעדער אין דער הייך
זיין אייגן שטיקל הימל.

און יעדעס וואָלקנדל,
וואָס איז דאָ ערשט געבאָרן,
דערמאָנט אים אין דער היים
פֿאַר ווייַטע מייַל און יאָרן ...

און יעדער שיפֿסינגנאַל,
באַגלייט מיט בייזן ברומען,
דערמאָגט אים יענע שיף
און יענעם פֿון קומען.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407988

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©