מגילה לידער / מרדכי קומט צו אסתר המלכה
איציק מאַנגער [1901-1969]

אסתר המלכה זיצט  פֿאַר נאַכט
און לאַטעט דעם מלכס העמד :
וואָססס איז זי געווען , מישטיינס געזאָגט ?
אַ יתומה אין דער פֿרעמד.

האָט זיך די מאַמע פֿאַר איר געמיט
און דער פֿעטער האָט זי געבראַכט
צום מלך טיפּש און האָט זי
פֿאַר דער גלאַוונער מלכה געמאַכט.

איצט האָט זי דאָ פֿון כּל הגוטס
זי באָדט זיך אין מילעך און ווייַן -
און דער מלך איז גינציק צו איר,
וואָס גינציקער קען נישט זייַן.

-פּוק פּוק ! – דער פֿעטער מרדכי קלאַפּט
און עפֿנט פּאַמעלעך די טיר :
"אסתרל, גוט וואָס דו ביזם אַליין,
כ'האָב עפּעם נייעס פֿאַר דיר. "

פֿרעגט זי : "אפֿשר דעם פֿעטערשי
דערלאַנגען א
ַ גלעזל טי?
אין דרויסן זאַווערוכעט היינט
אַ רעגן מיט אַ שניי."

"מילא! "- דער פֿעטער מרדכי זיפֿצט-
"אוי אסתרל, ס'איז נישט גוט :
דעם פֿאַרצנטן אדר, פורים-צייַט,
וועט זיך גיסן יידיש בלוט."

אסתר שוויגט. זי וויסט אַליין,
אַז דער מלך איז אין כעס,

זינט פֿאַסטריגתא, דער שנייַדעריונג,

איז אים באַפֿאַלן אין גאַס.

און המן רוימט אים כסדר איין

-        זשיד און זשיד און זשיד –

אַ סימן : פּאַסטריגתא אַליין

איז אויך געווען אַ ייד.

 

זאָגט מרדכי שטיל : ,,זע, אסתרשי קרוין,

גרייט בעסער דעם תּענית אָן,

כ'האָב מיטן שטן אָפּגערעדט,

ער וועט דאָס זייניקע טאָן."

 

ער רוימט איר שטיל אין אויער אַ סוד :

,,וועסט, אסתרל, זען, צי ניין,

מיר וועלן נאָך, מיטן אייבערשטנס הילף,

דעם פּורים אַ טענצל גיין."

 

אסתר פֿיבערט. פֿון אירע הענט

גליטשט זיך אַרויס דאָס העמד,

זי פֿילט זיך איצטער ווידער אַ מאָל

אַ יתומה אין דער פֿרעמד.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407301

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©