דער מיינסטער פֿאָנפֿתא גרייט זיך צום תּענית / מגילת אסתר

איציק מאַנגער [1901-1969]

 

דער אַלטער מיינסטער פֿאָנפֿתא

זיצט בייַ דער ניימאַשין

און טרויעריק-שווערע מחשבֿות

קומען אים אויפֿן זין.

 

דער אַלטער רב ר' גדליה

האָט הייַנט אין שול געליינט

דעם כתּב פֿון דער מלכה אסתּר

און האָט זיך דאַבייַ צעוויינט.

 

,,יידן" – אַזוי שרייַבט די מלכּה –

,,איך בין איצט גּוזר אויף אייַך,

אַז עץ זאָלט אַלע פֿאַסטן,

סייַ אָרעם און סייַ רייַך.

 

אין דעם זכות וועט המן הרשע

ליגן טיף אין דר'ערד

און וועט פֿאַרשפּאָון צו שניידן

בייַ פֿרומע יידן די בערד.

 

אין דעם זכות וועלן יידן עסן

המן-טאַשן מיט מאָן

און אונדזערע פּורים-שפּילער

וועלן האָבן וואָס צו טאָן."

 

זיפצט דער אַלטער מיינסטער :

גיי טענה אָבער מיט זיי,

זיי האָבן באַהאַלטן די נאָדלען

און געוואָרפן דאָס געניי :

 

,,מיר וועלן נישט פֿאַסטן, מיינסטער.

ניין! און צען מאָל ניין!

און טאָמער קומען די רוצחים –

וועלן מיר ברעכן אַ ביין."

 

דער אַלטער מיינסטער פֿאָנפֿתא

זיצט בייַ דער ניימאַשין

און טרויעריק-שווערע מחשבות

קומען אים אויפֿן זין :

 

זיין פּלוניתטע שרה-גיטל

איז שוין זינט יאָרן טויט,

און זיין טאָכטער חנה-דבורה

פֿאַרזיצט אַן אַלטע מויד.

און זיי, די שניידעריונגען,

האָבן נאַרישקייטן אין זין –

צעוויינט זיך דער אַלטער מיינסטער

איבער דער ניימאַשין.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407878

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©