דער מלך איז אין כעס / מגילה לידער
איציק מאַנגער [1901-1969]

 

דער מלך שנייצט כסדר די נאָז

-        אַ סימן, אַז ער איז בייַז –

און ער טענהט צו זיך אַלייַן :

,,גיי זיי אַ חכם און ווייַס,

 

אַז המן, מייַן ערשטער מיניסטער, איז

איין אויסווורף דער נאַטור, -

ס'האָט ער געמיינט, אַז אסתרשי

איז טאַקע זיינס אַ הור? "

 

אַ שטיקל גליק, וואָס מרדכי דער ייד

איז געקומען היינט בייַ טאָג,

פֿאַרשטויבט, פֿאַסאַפּעט און פֿאַרשוויצט

און צו אים געטאָן אַ זאָג :

 

,,פֿאַטער קיניג, זע, האַלט אַן אויג

אויף המנען היינט בייַ נאַכט –

ער איז נישט אַזאַ צדיק אין פּעלץ,

ווי ס'האָט זיך דיר געדאַכט.

 

און ער האָט געזען – ער זאָל אַזוי זען

משיח אויפֿן ווייסן פֿערד –

ווי המן פֿאַלט אויף אסתרלס בעט

און ר'האָט אסתרלס קוויטש געהערט."

 

דער מלך שנייצט כסדר די נאָז

-        אַ סימן, אַז ער איז בייז –

און ער טענהט צו זיך אַליין

,,גיי זיי אַ חכם און ווייס"...

 

און ער דערמאָנט זיך יענע נאַכט,

ווען אסתר אין בלויזן העמד

איז געקומען צו אים צו גיין

ווי אַ חלום פֿון דער פֿרעמד.

 

און אַז ער האָט איר צוגעזאָגט :

,,אסתרל, כי, כי, כי –

המן וועט שוין הענגען בייַ מיר

אין אַ שיינעם אינדערפרי".

 

און אסתרל האָט געשמייכלט זיס

און איז אים געווען אַ ווייב –

ער פילט נאָך דעם ריח פֿון אירע האָר

און דעם טעם פֿון איר הייסן לייב.

 

דער מלך פֿאַרלייגט די הענט אויפֿן בויך

-        אַ סימן, אַז ער טראַכט :

צי זאָל מען הענגען המן בייַ טאָג,

צי אפֿשר גאָר בייַ נאַכט?

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408071

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©