מגילה לידער / אסתר המלכה קען נישט שלאָפֿן

איציק מאַנגער [1901-1969]


ער קיניג שלאָפֿט, נאָר די קיניגין
קען נישט אַנטשלאָפֿן ווערן :
זי קוקט צו די שאטנס אויף דער וואַנט,
די אויגן פֿול מיט טרערן.

זי טראַכט פֿון פּאַסטריתא אַצינד,
דעם שניידער-געזעלן דעם בלייכן,
וואָס האָט זי אויף אַן אמת ליב
און קען צו איר נישט גרייכן .

אָט ליגט דער לעצטער בריוו פֿון אים -
זי שרעקט זיך אים צו נעמען -
ער שרייבט מיט טרערן און נישט מיט טינט,
אַז ער וועט דאָס לעבן זיך נעמען.

און כאָטש זי וויסט, אַז שוין הונדערט מאָל
האָט ער איר דאָס זעלבע געשריבן,
און גאָרנישט געשען, געלויבט צו גאָט,
און ער איז לעבן געבליבן.

נאר דאָס וואָס ער וואלגט הפֿקר ארום
און קען זיך קיין אָרט נישט געפֿינען
מאַכט זי טרויעריק – אוי, גאָטעניו, גאָט -
זי וועט נאָך אַראָפּ פֿון זינען .

אָט שטייט ער, ווי לעבעדיק, פֿאַר איר
מיט די הינטש-געטרייע אויגן
און זינגט איר צום טויזנטסטן מאָל דאָס ליד
פֿון דער פּאַווע וואָס איז געפֿלויגן .

זי וויינט, נאָר וואָס העלפֿט דאָס געוויין
וואָס העלפֿן די אַלע יסורים
?
זי איז די מלכה און נאר דורך איר
וועט קומען דער נס פֿון פורים .

 

בעט זי זיך: פּאַסטריגתא, פֿאַרשווינד !
טראָג זיך אָפּ פֿון דאַנען, געטרייער !
אמת, דייַן נאָדל פֿינקלט ווי גאָלד,
נאָר די קרוין, זי ציט ווי פֿייער."

און אסתר זעט ווי פאַסטריגתאַ גייט
דעם קאפּ אַראָפּגעבויגן,
און זינגט פֿאַר זיך אַליין דאָס ליד
פֿון דער פּאווע וואָס איז געפֿלויגן.

און מאָרגן וועט זי באַקומען אַ בריוו
) זי וועט נישט וויסן דורך וועמען)
און ער וועט זי סטראַשען ווידער אַ מאָל
אַז ער וועט דאָס לעבן זיך נעמען.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407226

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©