פֿון דער גאַנצער וועלט
איין זיידע קומט פֿון פּוילן,
דער צוויטער פון אוקרייַנע.
פֿון דער ליטע קומען
ביידע באָבעס מייַנע.
איין פֿעטער וווינט אין טשילי,
אין איר שטאָט, דער גרעסטער.
אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע,
וווינט דער מאַמעס שוועסטער.
פֿון שיינעם ברוקלין קומען
מייַן מאַמע מיטן טאַטן.
אויך איך בין דאָ געבוירן,
אין די פֿרייַע שטאַטן.