"חנוכה געלט" – שלום עליכם

                                           א

...דער טאַטע גייט אום איבער דער שטוב, די הענט אַרונטער, און דאַוונט. אינמיטן מאַכט ער צו אונדז, צו מיר מיט מייַן יינגערן ברודער מאָטל :

 -  אי, אַ !

איך און מייַן ברודער מאָטל פֿאַרשטיין ניט וואָס ער מיינט, און מיר פֿרעגן אים:

 -  וואָס ? אַ שוועבעלע ?

דער טאַטע ווייַזט מיט דער האַנט אַהין, אין קיך אַרייַן :

 -  אי, אַ ! אָ, נו ! – און ער דאַוונט ווייַטער.

 -  וואָס ? אַ שערל ? דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל ?

 -  מט ! אי, אָ, נו, פֿע ! – און ערש טנאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרענדיקט דאָס דאַוונען, זאָט ער :

 -  די מאַמע ! די מאַמע רופֿט אַרייַן !

                                         ב

   דער טאַטע זינגט אונטער דער נאָז, און שפּאַצירט אַרום הין און צוריק איבערן זאַל,...ער זאָגט און זאָגט און הערט ניט אויף זאָגן. מיר ווילן עס זאָל שוין נעמען אַן עק. ער זאָל זיך נעמען צו דער קעשענע, צום בייַטעלע.

  - מאָטל, גיי צו, זאָג אים : חנוכה געלט !

  - וואָס עפּעס איך זאָל זאָגן חנוכה געלט !

  - אַזוי, דו ביסט קלענער, דאַרפֿסטו בעטן חנוכה געלט.

   דו ביסט עלטער, דאַפֿסטו בעטן חנוכה געלט !

דער טאַטע הערט גאַנץ גוט ! ער מאַכט זיך ווי ער הערט ניט. ...דער טאַטע גיט אַ הוסט.

  - המ... קינדער, קומט נאָר אַהער !

  - האַ? וואָס איז ?

  - נאַט אייַך חנוכה געלט ! 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409171

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©