קינדער-יאָרן

 

קינדער-יאַרן, זיסע קינדער-יאַרן,

אייַביק בלייַבט איר וואַך אין מייַן זיכּרון ,

ווען איך טראַכט פֿון אייַער צייַט,

ווערט מיר אַזוי באַנג און לייד

אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן.

נאָר שטייַּט מיר דאָס שטיבל פֿאַר די אויגן,

ווו איך בין געבוירן, אויפֿגעצויגן,

אויך מייַן וויגל זע איך דאָרט,

שטייַּט נאָך אויף דעם זעלבן אָרט

ווי אַ חלום איז דאָס אַלץ פֿאַרפֿלויגן.

און מייַן מאַמע, אַך ווי כ'פֿלעג זי ליבן,

כאָשט זי האָט אין חדר מיך געטריבן ,

יעדער קניפּ איז פֿון איר האַנט

מיר נאָר אַזוי גוט באַקטאַנט

כאָשט קיין צייכן איז מיר נישט פֿאַרבליבן.

נאָך זע איך דיך, פֿייגעלע, דו שיינע,

נאָך קוש איך די רויטע בעקלעך דייַנע,

דייַנע אויגן פֿול מיט חן

דרינגען אין מייַן האַרץ אַרייַן

כ'האָב געמיינט, דו וועסט אַ מאָל זייַן מייַנע.

קינדער-יאָרן, יונגע שיינע בלומען !

צ'ריק צו מיר וועט איר שוין מער נישט קומען ,

יאָרן אַלטע, טרויעריקע,

קאַלטע, מרה-שחורהדיקע

האָבן אייַער שיינעם פּלאַץ פֿאַרנומען.

קינדער-יאַרן, כ'האָב אייַך אָנגעוווירן,

מייַן געטרייַע מאַמען אוירך פֿארלוירן,

פֿון דער שטוב נישטאָ קיין פֿלעק,

פֿייגעלע איז אויך אַוועק,

אוי, ווי שנעל בין איך שוין אַלט געוואָרן.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407669

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©