יהואש – מזמור שיר ליום השבת
"מזמור שיר ליום השבת"
ווי עס גיסט זיך דורכן האַרצן
אַזוי יום-טובדיק און פֿריילעך
אין אַ כאָר פֿון זיסע קלאַנגען
"מזמור שיר ליום השבת!"
"מזמור שיר ליום השבת!"
ס'שטאַמט דאָס ליד ניט פֿון קיין מענטשן,
נאָר מלאכים ווייַסע האָבן
דאָס געזונגען אין גן-עדן.
אין דעם ערשטן הויכן שבת
נאָך דער גרויסער וועלט-באַשאַפֿונג;
און די שטערן –
אַלע האָבן מיטגעזונגען:
"מזמור ליום השבת!"