פֿרייַטיק אויף דער נאַכט

טעקסט: נ. שטרנהיים

 

 

איך דערמאַן זיך אין דעם פֿרייַטיק אויף דער נאַכט,

אוי וואָס פֿאַר עשירות.

דער טאַטע מיט די קינדער זאַלכט אַכט,

פֿלעגן זינגען זמירות.

פֿלעגט דער טאַטע זיך אַ אוועקזעצן צובאָמקען מיט אַ לעפֿעלע,

געבן מיטן פֿינגערל אַ קנאַק,

פֿלענט די באָבע מיטן גוידערל שאָקלען מיטן קעפּעלע,

אוי-וויי, זוי געשמאַק, אוי-וויי געשמאַק!

 

ס'איז שבת, הייַנט אין חדר גייט מען ניט,

אוי, אַ פֿאַרגעניגן,

דער טאַטע גייט פֿון דאַוונען טריט בייַ טריט

און מורמלט שטיל אַ ניגון.

פֿלעגט דער טאַטע זיך אַוועקזעצן פֿאַרהערן די גמרא

און געבן מיר אַ קניפּעלע אין באַק.

-         עם וואַקסט אַ תּלמיד-חכם – פֿלעגט ער זאָגן – קיין עין-הרע –

אוי-וויי, ווי געשמאַק, אוי-וויי, ווי געשמאַק.

 

ס'פֿלעגט קומען דער שבת אויף דער נאַכט,

פֿלעגן מיר זיך אין די ווינקעלעך פֿאַררוקן,

די מאַמע שטייט בייַם פֿענצטערל פֿאַרטראַכט,

די באָבע טוט אין צאינה וראינה קוקן.

 

פֿלעגט די באָבע אונדז דערציילן אַ מעשׂה פֿון דרייַ פּריצימלעך,

וואָס בלאָנדשען אין דער פֿינצטער מיט אַ האַק,

פֿלעגן קינדערלעך באַגיסן זיך מיט טרערעלעך ווי פּערעלעך, -

אוי-וויי, ווי געשמאַק, אוי-וויי, ווי געשמאַק.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407711

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©