רייזעלע

טעקסט און מוזיק: מ. געבירטיג

 

געבירטיג מרדכי [1877-1942] 

שטייט זיך דאָרט אין געסעלע

שטיל פֿאָרטראַכט אַ הייַזעלע,

דאָרטן אויפֿן בוידעם-שטיבל

וווינט מייַן טייַער רייזעלע.

יעדן אָוונט פֿאַרן הייַזל

דריי איך זיך אַרום,

כ'גיב אַ פֿייַף און רוף אויס: רייזל, קום, קום, קום!

 

עפֿנט זיך אַ פֿענצטערל,

וואַכט אויף ס'אַלטע הייַזעלע

און באַלד קלינג אין שטילן געסל

אַ זיס קול – ס'רעדט רייזעלע:

נאָך אַ ווייַלע וואַרט, מייַן ליבער,

באַלד וועל איך זייַן פֿרייַ,

גיי זיך נאָך אַ פּאָר מאָל איבער –

איינס. צווי, דרייַ!

 

גיי איך מיר אַ פֿריילעכער,

זינג און קנאַק מיר ניסעלעך,

הער איך אויף די טרעפּלעך שפּרינגען

אירע דראָבנע פֿיסעלעך;

שוין אַראָפּ פֿון לעצטן טרעפּל,

כ'נעם זי ליב אַרום,

כ'גיב איר שטיל אַ קוש אין קעפּל –

קום, קום, קום!

 

כ'וועל דיך בעטן, דודל,

זאָלסט אַרויף ניט פֿייַפֿן מער.

הערסט, ער פֿייַפֿט שוין – זאָגט די מאַמע,

זי איז פֿרום, ס'פֿאַרדריסט איר זייער,

פֿייַפֿן, - זאָגט זי, - איז ניט ייִדיש,

ס'פּאַסט נאָר בלויז פֿאַר ''זיי''.

גיב אַ צייכן פּראָסט אויף ייידיש –

איינס, צוויי, דרייַ !

 

- כ'וועל פֿון הייַנט נישט פֿייַפֿן מער,

ד'רויף גיב איך אַ שבועהלע,

דיר צוליב וועל איך אַפֿילו

ווערן פֿרום, מייַן צנועהלע,

כ'וועל זייַן, ווען דו ווילסט נאָר, רייזל,

ווי דייַן מאַמע פֿרום,

יעדן שבת גיין אין קלייַזל –

קום, קום, קום !

 

 כ'גלייב עס דיר, מייַן ליבינקער,

און דערפֿאַר, דיר, דודל,

שטריק איך שיין תּפֿילין-זעקל

מיט אַ מגן-דודך :

ווען געפֿעלן ס'וועט אין קלייַזל,

זאָגן זאָלסטו זיי:

ס'האָט געשטריקט מייַן ליבע רייזל –

איינס, צוויי דרייַ !

 

כ'דאַנק פֿאַר דייַן מתּנהלע,

כ'ליב אַזוי דיר רייזעלע !

כ'ליב דייַן מאַמען, כ'ליב דאָס געסל,

כ'ליב דאָס אַלטע הייַזעלע,

כ'ליב די שטיינדלעך לעבן הייַזל –

טרעטסט אויף זיי אַרום,

הער, דייַן מאַמע רופֿט שוין : רייזל,

קום, קום, קום !

 

גיי איך מיר אַ פֿריילעכער,

זינג און קנאַק מיר ניסעלעך,

הער איך אויף די טרעפּלעך לויפֿן

אירע דראָבנע פֿיסעלעך –

ווידער שטייט פֿאַרטראַכט דאָס הייַזל,

ס'געסל ווידער שטום :

קום צו מיר אין חלום, רייזל,

קום, קום, קום !

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407908

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©