"מגילה לידער" - מרדכי גייט אַהיים פֿון אסתרס חתונה

איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]

 

 

פֿאַר טאָג. דער אַלטער ר' מרדכי גייט

פֿון דער חתונה אַהיים בגילופֿין

און לאָזט דאָס שייגעל – דעם ווינט –

מיט באָרד און פּאות שטיפּן.

 

וואָס דען זשע – ער, אַן אַלטער ייד,

וועט גיין זיך מיט אים שלאָגן?

צי האָבן דען כוח די אַלטע פֿיס

אַזאַ לאָבוס נאָכצויאָגן?

 

דער עיקר איז, וואָס אסתרל איז

מיט מזל די מלכה געוואָרן

און האָט געירשנט די גילדענע קרוין

פֿון ושתי מיטן האָרן.

 

ר' מרדכי שמייכלט, ער זעט זיך אין קלויז

אַרומגערינגלט מיט יידן,

ס'בלישטשען אויגן, ציטערן בערד,

משמעות זיי זענען צופֿרידן.

 

כֿאָטש אסתר אין נישט זייַן אייגן קינד,

נאָר זייַן ווייבס אַ ווייטע קרובה,

וועט זי דעם פֿעטער און כל ישראל

פֿון דעסן טון אַ טובה.

 

און מרדכי הערט, ווי ר' גאָדל זאָגט:

,,הערטס, יידן, הערטס! פֿאַר אַ יאָרן,

ווען כ'בין, ווי מייַן שטייגער, סוכות-צייַט

צו ,,אים'' זאָל לעבן געפֿאָרן,

 

האָט ,,ער'' זאָל לעבן צו מיר געזאָגט:

גיי ווייס דעם איבערשטנס טבע,

נאָר אַז ר'וויל זיינע יידעלעך מציל זייַן,

איז נאָר דורך אַ נקבה.''


און ר' גאָדל דערציילט... נאָר מדרכי קען

זייַנע רייד נישט מער דערהערן,

אָט זענען זיי נאָענט, כאָטש ריר זיי אָן,

און אָט ווייַטער נאָך פֿון די שטערן.

ס'טאָגט. דער אַלטער ר' מרדכי גייט

פֿון דער חתונה אַהיים בגילופֿין

און לאָזט דאָס שייגעצל – דעם ווינט –

מיט באָרד און פּאות שטיפּן.

 

וואָס דען זשע – ער, אַן אַלטער ייד,

וועט גיין זיך מיט אים שלאָגן?

צי האָבן דען כוח די אַלטע פֿיס

אַזאַ לאָבוס נאָכצויאָגן?

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407855

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©