" מגילה-לידער " פֿאַר וואָס מרדכי הצדיק האָט געפֿונען חן בייַם מלך

איציק מאַנגער [ 1901-1969 ]

 די "מגילה לידער" זענען געוואָרן פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין וואַרשע אין יאָר 1936 

 

,,ווער איז דאָס יידל מיטן האָרב,

וואָס דרייט זיך אין מלכם טויער

און ווו ס'ריידן און שושקען זיך צוויי,

שטעלט ער אונטער אַן אויער?''

 

,,אוי ביסטו אַ נאַרעלע, קינד,

דאָס ווייסטו נישט אפֿילו?

מרדכי הצדיק איז דער ייד,

דער ייד פֿון דער מגילה.

 

ער האָט געפֿונען בייַם מלך חן

בייַ אונדזער מלך, דעם שוטה,

וואָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט

און האָט אַ נאָז אַ רויטע.''

 

,,פֿאַר וואָס זשע האָט ער געפֿונען חן

בייַ אונדזער מלך,  דעם שוטה,

וואָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט

און האָט אַ נאַָז אַ רויטע?''

 

,,דערפֿאַר, ווייַל ר'האָט אַ מאָל בייַ נאַכט

אין טויער זיך אונטערגעהערט,

ווי בגתן ותרש האָבן געזאָגט:

-         מיר האָבן דעם מלך אין דר'ערד!

 

ער איז אַ טיראַן, אַ פֿינסטערלינג,

אַ רוח'ן אין זייַן מאַמען!

לאָמיר אים שיטן אין בעכער סם

און לאָמיר אים פֿאַרסמען. –

 

אַזוי האָבן ביידע אָפּגערעדט

און זענען צעגאַנען זיך שטילע

און מרדכי האָט דאָס געמסרט אַלץ

מיטן ניגון פֿון דער מגילה.

 

איז דער מלך געוואָרן אין כּעס

און נישט געהייסן מאַכן קיין שהיות

און הענגן די בונטאַרן די צוויי

אויף צוויי באַזונדערע תליות.

 

און צו מרדכי הצדיק האָט ער געזאָגט:

-         דו מעגסט אין מייַן טויער האַנדלען

מיט שנורעוואַדלעס און כּשרער זייף,

מיט פּאַסטאַ און מיט מאַנדלען.'' –

 

פֿאַרטראַכט זיך דאָס קינד און די מאַמע שווייגט,

דער אָוונט איז בלאָ ווי אַ תפילה –

און נאָר די פֿליגן אויף דער וואַנט

זשומען שטיל די מגילה.

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409615

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©