פּאַסטריגתא שיקט אַ גרוס מיט די פֿייגל / "מגילה לידער" –
איציק מאַנגער [1901-1969]

 

פֿליטס, פֿייגעלעך, פֿליטס, געטרייע,

אויף דער מלכה אסתרס דאַך,

און זינגטס אַזוי לאַנג, געטרייע,

ביז זי וועט ווערן וואַך.

 

דערציילט, אַז איר האָט מיך באַגעגנט

וואָגלען אין מיטן וועג –

אַ רעפֿטל ברויט אין דער טאָרבע –

דאָס איז מייַן גאַנצער פֿאַרמעג.

 

און פֿרעגט זי, דערציילט איר, געטרייע,

וואָס כ'האָב צו אייַך געזאָגט,

צו אייַך און צו אַלע ווינטן,

אַז ווען איך וואָלט פֿאַרמאָגט

 

צום רעפֿטל ברויט אין דער טאָרבע

און צו דער נאָדל אין לאַץ

די שיינע אסתר המלכה –

הער איך די וועלט ווי די קאַץ.

 

נאָר ווי האָט געזאָגט פֿאָנפֿתאַ,

מייַן אַלטער מיינסטער, אַ מאָל –

אַ מענטש וואָס בענקט איז שטאַרקער

פֿון אייזן און פֿון שטאָל.

 

גערעכט איז טאַקע דער מיינסטער,

ס'איז פּערל זייַן יעדעס וואָרט,

די בענקשאַפֿט האָט מיך פֿאַרטריבן

און טרייבט מיך פֿון אָרט צו אָרט.

 

פֿליטס, פֿייגעלעך, פֿליטס, געטרייע,

צו דער מלכה אסתרס דאַך
און זינגטס אַזוי לאַנג, געטרייע

ביז זי וועט ווערן וואַך.

 

און טאָמער זעט איר, געטרייע,
די מלכה לאָזט פֿאַלן אַ טרער,
כאַפּטס די טרער אויף די פֿליגל
און ברענגט זי צו מיר אַהער.

 

אַ טרער פֿון אַ ווייַטער געליבטער
איז אויך אַ שטיקל פֿאַרמעג,
זי מאַכט אי גרינגער אי שווערער
דאָס איינזאַמע וואָגלען אין וועג.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408814

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©