לייג דייַן קאָפּ

ה. לייוויק (1888-1962)

לייג דייַן קאָפּ אויף מייַנע קני,

גוט אַזוי צו ליגן.

קינדער שלאָפֿן איין אַליין,

גרויסע דאַרף מען וויגן.

 

קינדער האָבן שפּילעכלעך,

שפּילן ווען זיי ווילן:

גרויסע שפּילן נאָר מיט זיך,

מוזן אייביק שפּילן.

 

האָב ניט מורא, איך בין דאָ,

וועל דיך ניט פֿאַרשטויסן, -

האָסט גענונג געוויינט שוין הייַנט,

ווי עס פאַסט אַ גרויסן.

 

אָנגעוויינט און אָנגעקלאָגט,

איך וועל דיך פֿאַרוויגן:

לייג דייַן קאָפ אויף מייַנע קני, -

גוט אַזוי צו ליגן...

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407875

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©