ירושלים / מאיר חרץ

 

די שטאָט די פֿאַרברענטע

צוריק מיט יאָרהונדערטער,

די שטאָט די געשענדטע

און שווער פֿאַרווונדעטע,

די שטאָט די צעטיילטע

און ווידער פֿאַראייניקטע,

די אויסגעהיילטע

די שטאָט די היילקע,

איך שטיי אויף די שטיינער

די גרויע, פֿאַרטרויערטע,

איך קוק אויף די שטיינער

די פֿריילעך פֿאַרמויערטע,

איך קוק אויף בנינים

פֿון זון באַגילדעטע,

דאָס קול פֿון מנינים,

ביז וואָלקנס צעזילבערטע

קלינגט אָפּ מיט התלהבות

אין דבקות גערייניקטע,

מיט ייידישער אחדות

אין שטאָט פֿאַראייניקטער.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407750

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©