כ'האָב פֿאַר אייַך אַ מעשׂהלע

 

ווערטער: י. לוקאָווסקי

מוזיק : מיכל געלבאַרט

 

 

כ'האָב פֿאַר אייַך אַ מעשׂהלע,

אַ מעשׂהלע  גאָר שיין.

דער טאַטע האָט אַ ציגעלע

געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין.

 

אַ ציגעלע, אַ ווייַסינקע,

אַ שיינינקע ווי גאָלד,

און צוויי גילדיין מזומענע

האָט ער פֿאַר איר באַצאָלט.

 

חד גדיא !

 

איז דאָך אין הויף אַ קאַץ געווען,

אַ מזיק, ווי באַוווסט :

האָט קעצלען זיך פֿאַרצוקן גאָר

דאָס ציגעלע פֿאַרגלוסט.

 

דערזען האָט עס הינטעלע,

פֿאַרדריסט עס אים גאַנץ שטאַרק,

ער וואַפֿט זיך אויף דער בייזער קאַץ

און בייַסט איר אייַן אין קאַרק.

 

חד גדיא !

 

קומט שטעקעלע אין כּעס אַרייַן

און טראַכט גאָר ניט קיין סך,

און שפּאַלט דאָס קעפּל הינטעלען

דו, הונט, ס'איז ניט דייַן זאַך !

 

צעפֿלאַקערט האָט זיך פֿייַערל

פֿאַר כּעס צונטער רויט :

דו שטעקעלע, דו פֿלעקעלע,

איך מאַך דיר באַלד אַ טויט.

 

חד גדיא !

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407323

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©