שבֿועות
זומער-לעבּ*, זומער-לעבּ,
זוינקע פֿרייד,
בּרענגסט אונדז דעם שבֿועות
אין גרינעם געקליידט.
ליכטיקער יום-טובֿ,
וואָס זינגט אונדז אַ ליד
פֿון ייִדישער תּורה,
פֿון ליבשאַפֿט און פֿרייד.
ליבּשאַפֿט אין האַרצן
און בלומען אין פֿעלד,
וואָס אַ פֿרישע
און ליכטיקע וועלט !
לעבּ = ליבּער, טייַערער זומער.