פֿונעם יריד – שלום עליכם

...אַרום און אַרום טיש פֿון ביידע זייַטן זיצן די פֿעטערס מיט די מומעס, אַלע מיט זייַערע קינדער, יינגעלעך און מיידעלעך וואָס הייסן אַלע נאָך אַלצאיינע זיידעס און באָבעס, פֿעטערס און מומעס.

פֿריער דער פֿעטער צאָליק און די מומע ציוויע מיט דרייַ יינגלעך: מוש'הלע, הרשעלע, וועלוועלע און צוויי מיידעלעך שרה'לע פֿייגעלע.

נאָכדעם דער פֿעטער נפֿתלי און די מומע דבורה'לע מיט פֿיר יינגלעך: משה'לה, הרשעלע, וועלוועלע, נאָטעלע און דרייַ מיידעלעך : שרה'לע , פֿייגעלע , רחלע.

נאָכדעם דער פֿעטער אברהם און די מומע סאָסיע מיט פֿֿינף יינגלעך: משה'לה, הערשעלע, וועלוועלע, נאָטעלע,יאנקעלע און פֿיר מיידעלעך: שרה'לה, פֿייגעלע, רחל'ע , טייַבעלע,

נאָכדעם דער פֿעטער בעריש און די מומע אסתר מיט זעקס יינגלעך....

צונויפֿגעקליבן זיך אַלע צו דער סעודה, זעצט דער זיידע אַליין אויס דעם גאַנצן טיש. דער זיידע, רב מאיר האָט ליב ס'זאָל זייַן שיין און ריין און ציכטיק און מיט אַ  סדר.... 

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407184

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©