בענקשאַפֿט.

משה נאַדיר

 וויג מיך אייַן, אָ ליכטיק וויגל,

וויג מיך אייַן און וויג מיך אויס.

זאָל ווער זינגען ציגל-מיגל

ניט אויף ענגליש , אויף פֿראָנצויז;

נאָר אויף יידיש זאָל דער ניגון

וויגן מיד ווי איך בין גרויס.

 

אוי, מייַן מאַמע! דייַנע פֿליגל,

פֿליגל דייַנע ווי פּון פּוך,

ביזן קבר פֿונעם  וויגל

האָב איך זיי אַרומגעזוכט.

מענטשן פֿעכטן, מענטשן זיגן,

נאַר איך שלאַג מיך בלויז אין בוך.

 

כ'האָב פֿאַרנומען זיך מיט גראַמען

און קיין חובות ניט געצאָלט,

ניט טאַבאַק און ניט די דאַמען,

ניט בריליאַנטן, ניט פּורפּור-וואָל

האָב איך ליב ביז הייַנט נאָך, מאַמע,

ווי דאָס רייַנע לידער-גאָלד.

 

וויג מיך,  וויג מיך, ליכטיק וויגל,

אויף די שטראָלן הענג מיך אויף.

פֿאָכעט, ליבע טויבנפֿליגל,

טרייסט מיר אויפֿן האַרץ אַרויף.

ריגל-אויף דיך, אַלטער ריגל...

זינגט דער שטשיגל אויף דער רויז.

 

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407107

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©