ראָזשינקעס מיט מאַנדלען

אברהם גאָלדפֿאַַדען [1840-1908] 

 

אין דעם בית-המקדש, אין אַ ווינקל-חדר,

זיצט די אַלמנה בת-ציון אַליין;

איר בן-יחידל, ייִדעלען, וויגט זי בּסדר

און זיגט אים צום שלאָפֿן אַ לידעלע שיין:

אַ- אַ- אַ- אַ- אַ!...

אונטער ייִדעלעס וויגעלע

שלאָפֿט אַ קלאָר-ווייַס ציגעלע,

דאָס ציגעלע איז געפֿאָרן האַנדלען,-

דאָס וועט זייַן דייַן בּאַרוף:

'ראָזשינקעס מיט מאַנדלען'...

שלאָף זשע, ייִדעלע, שלאָף!...

 

אין דעם לידל, מייַן קינד, ליגט פֿיל נבֿואות...

אַז דו וועסט אַ מאָל זייַן צעזייט אויף דער וועלט,

אַ סוחר וועסטו זייַן פֿון אַלע תּבֿואות

און וועסט אין דעם אויך פֿאַרדינען פֿיל געלט...

אַ- אַ- אַ- אַ- אַ!...

רעפֿרען:

און אַז דו וועסט ווערן רייַך, ייִדעלע,

ואָלסטו זיך דערמאָנען אין דעם לידעלע:

'ראָזשינקעס מיט מאָנדלען'-

דאָס וועט זייַן דייַן בּאַרוף,

ייִדעלע וועט אַלץ האַנדלען.

שלאָף זשע, יידעלע. שלאָף!...

 

עס וועט קומען אַ צייַט פֿון ווערטפּאַפּירן,

קאַנטאָרן וועלן זיין אין דער גאַנצער וועלט;

דער גרעסטער וועסטו זייַן פֿון אַלע באַנקירן

און וועסט אין דעם אויך פֿאָרדינען פֿיל געלט.

אַ- אַ- אַ- אַ- אַ!...

 

רעפֿרען: און אַז דו וועסט ווערן...

 

עס וועט קומען אַ צייַט פֿון אייַזנבאַנען,

זיי וועלן פֿאַרפֿלייצן די גאַנצע וועלט;

אייַזערנע וועגן וועסטו אויסשפּאַנען

און וועסט אין דעם אויך פֿאַרדינען פֿיל געלט.

אַ- אַ- אַ- אַ- אַ!...

 

רעפֿרען:

און אַז דו וועסט ווערן רייַך, ייִדעלע,

זאָלסטו זיך דערמאָנען אין דעם לידעלע:

'ראָזשינקעס מיט מאַנדלען' –

דאָס וועט זייַן דייַן באַרוף.

ייִדעלע וועט אַלץ האַנדלען...

שלאָף זשע, ייִדעלע, שלאָף!...

 

 

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 406907

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©