דער רבי אלימלך

משה נאַדיר [ 1885 - 1943 ]

 

אַז דער רבי אלימלך

איז געוואָרן זייער פֿריילעך,

איז געוואַָרען זייער פֿריילעך אלימלך,

האָט ער אויסגעטאָן די תּפֿילין

און האָט אָנגעטאָן די ברילן

און געשיקט נאָך די פֿידלערס די צוויי.

 

און די פֿידלדיקע פֿידלערס

האָבן פֿידלדיק געפֿידלט,

האָבן פֿידלדיק געפֿידלט, האָבן זיי

 

און אַז דער רבי אלימלך

איז געוואָרן נאָך מער פֿריילעך,

איז געוואָרן נאָך מער פֿריילעך אלימלך,

האָט ער אָפגעמאַכט הבדלה

מיטן שמש ר' נפֿתּלי

און געשיקט נאָך פֿייַקלערס די צוויי.

 

און די פּייַקעלריקע פּייַקלערס

האָבן פּייַקלדיק געפּייַקלט,

האָבן פּייַקלדיק געפּייַקלט,

האָבן זיי.

 

און אָז דער רבי אלימלך

איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿריילעך,

איז געוואָרן גאָר שטאַרק פֿריילעך אלימלך.

האָט ער אויסגעטאָן דאָס  קיטל

און האָט אָנגעטאָן דאָס היטל

און געשיקט נאָך די צימבלערס די צווי.

 

און די צימבלדיקע צימבלערס

האָבן צימבלדיקע געצימבלט

האָבן צימבלדיק געצימבלט

האָבן זיי.

 

 

 

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407757

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©