ירחמיאל בריקס (סקארזשיסק-קאמיעננא, פוילן ,18טן אפריל 1912 - באַערדיקט געוואָרן אויפֿ ן הר הזיתים אין ירושלים , אקטאבער 1973)

 

ירחמיאל בריקס איז געבוירן געוואָרן אין סקארזשיסק-קאמיעננא, פוילן, דעם 18טן אפריל 1912, ביי אָרעמע עלטערן. ער איז געווען דאָס דריטע קינד צווישן פֿיר שוועסטער און פֿיר ברודער. זייַן פֿאָטער, ר' טוביה, איז געווען אַ חסיד און אַ תלמיד חכם. ירחמיאלן האָט געלערנט אַ טראַדיציאָנעלע יידישע דערציונג: חדר און בית מדרש און אויך וועלטלעכע בילדונג. צו פֿערצן יאָר האָט ער שוין געמוזט אַרבעטן צוצוהעלפֿן צו דער פּרנסה. ער האָט געאַרבעט אַלץ היטלמאַכער און אַלץ שטובן-מאַלער.

אַלץ יינגל איז בריקס געקומען קיין לאָדזש,  דאָ זעט ער דאָס געראַנגל פון אונטערדריקער און אונטערדריקטע. דאָס האָט אויף אים געווירקט: ער פאַרטיידיקט די באַעוולטע און דאָס ציט זיך ווי א פֿאָדעם אין זייַנע שאַפֿונגען - די יידישע מאָראַל פֿון יושר און גערעכטיקייט.

אן יאָר 1937 דעביוטירט ער מיט אַ ליד א.נ. "אלייען" אין "אינדזל" אין לאָדזש, אונטער דער רעדאקציע פון זישע באגיש.

אין יאר 1939 דערשיינט אין לאדזש זיין ערשטלינג, לירישע לידער א.נ. "יונג-גרין-מאי", ווו ער מאלט אימאזשן פון דער פוילישער לאנדשאפט. די ליטערארישע קריטיק און די לייענער האבן דאס ביכל זייער ווארעם אויפגענומען. איין קריטיקער האט געשריבן: "י. בריקס באזינגט די וועלט און ער שילט דעם וויסטן צעשויבערטן מצב אונדזערן, אזער אן ביליקע עפיטעטן. אין דער ליריק פארמאגט ער א באהאלטענע ליידנשאפט".

ווען די נאציס זיינען באפאלן פוילן, גייט בריקס פארטיידיקן ווארשע. ער ווערט געפאנגען פון די דייטשן. נאך אכט וואכן געפאנגען-לאגער, ווערט ער באפרייט.

ירחמיאל בריקס האָט שטודירט און געשפילט טעאטער אין דער טעאטער סטודיע "אויפגאנג" און אין דער "לאדזשער יידישער טעאטער סטודיא" אן "הזמיר", ווו עס איז שטודירט און אויפגעפירט געווארן נאר קלאסישער רעפערטואר.

ער געפינט זיך אין לאדזשער געטא און דא, ביי די שוידערלעכסטע באדינגונגען זעצט ער פאר זיין ליטערארישע ארבעט. ער העלפט ארגאניזירן די אונטערערדישע שרייבער-גרופע פון 24, ווו די ערן-פארזיצערין איז געווען די טיף-יידיש-טראדיציאנעלע פאעטעסע מרים אולינאווער ז"ל, וואס איז אומגעקומען אין אוישוויץ.

אין שמחת תורה 1942, האָבן די דייַטשן ליקווידירט די סקארזשיסקער געטאָ און דאָס גאַנצע שטעטל יידן אומגעבראַכט געוואָרן אין טרעבלינקע, ווו עס איז אויך אומגעקומען בריקסנס משפחה.

 

אין אויגוסט 1944, ווערט ליקווידירט די געטא און ירחמיאל בריקס ווערט מיט א טראנספארט יידן קיין טויטן-לאגער אוישוויץ, ער איז פארשיקט געווארן קיין דייטשלאנד צו שקלאפן אין א פאבריק. אזוי ווי אין אוישוויץ זיינען פארניכטעט געווארן זיינע אלע שאפונגען, וואס ער האט מיטגעברענגט פון לאדזשער געטא, און שרייבן האט מען נישט געטארט און קיין בליי און פאפיר האט מען נישט געטארט האבן, האט בריקס ביינאכט אויף זיין שמוציק געלעגער, א הונגעריקער, איבערגעשריבן אין געדאנק זיינע שאפונגען.

איינמאל האט בריקס געפונען א פיצל בליי, און א צווייט מאל א שטיקל פאפיר, האט ער געפרוווט פארשרייבן זיין ליד "דער געהאנגענער" - ווייל ער האט מורא געהאט ער וועט חלילה עס פארגעסן - האט דאס פונדערווייטן באמערקט דער בלאקן עלטסטער, האט ער אים געשלאגן מיט א בעזים איבערן פנים אזוי לאנג ביז ער האט אים צעבלוטיקט.

דעם 2טן מאי 1945, האט אים די אמעריקאנער ארמיי באפרייט פון ווערבעלין א האלב-טויטן. ער איז באלד גענומען געווארן אין שפיטאל אריין. און אין יולי האט אים דער רויטער קרייץ גענומען פון שפיטאל אין בערגען בעלזען קיין שוועדן צו ניילן. אין די שפיטעלער און אין די סאנאטאריעס האט בריקס פארגעזעצט זיין ליטערארישע טעטיקייט און ער האט געזאמלט פאלקלאר און דאקומענטען. ער האט אויך געפירט א קולטור טעטיקייט ביי דער שארית הפליטה.

ירחמיאל בריקס איז געווען דער אפיציעלער "ייוואָ" קארעספאנדענט אין שוועדן, ווו ער איז עטלעכע יאָר געשטאנען אין בריוולעך אויסטויש מיטן פראפ' מאקס ווינרייך אין צוזאמענהאנג מיט זייַן אַרבעט פאַרן "ייוואָ". ער האָט צוגעשיקט וויכטיקע מאַטעריאַלן וועגן דעם יידישן לעבן אין סקאַנדינאוויען. דעם וויכטיקסטן ארכיוו וואָס דער "ייווא" פאַרמאגט וועגן די נאצישע געטאס, דער "זאָנאַבענד-ארכיוו" (וועגן לאדזשער געטאָ), דאס האָט ירחמיאל בריקס פאַרשאַפן פאַרן "ייוואָ".

אין מערץ 1949, האָט אים דער "ייוואָ" אַראָפגעברענגט קיין ניו-יאָרק צוזאַמען מיט זייַן פרוי הינדע עטיע (וואלף) און די צוויי קינדערלעך: מרים סערל און ביילע סוועאַ.

אין נאָוועמבער 1946 האָט בריקס דעביוטירט מיט אַ דערציילונג אין "קינדער זשורנאַל" אונטער דער רעדאקציע פון ש. ניגער א.נ. "בערעלע אין געטאָ". די דערציילונג האָט געמאַכט אַן איינדרוק און איז איבערגעדרוקט געוואָרן כמעט אין אַלע לענדער, ווו עס דערשיינט דאָס יידישע געדרוקטע וואָרט, אפילו אין פּוילן.

זייַן באַרימטע נאָוועלע "אַ קאַץ אין געטאָ" האָט קיין שום רעדאַקציע - אפילו "די צוקונפֿט" נישט געוואָלט דרוקן. נאָר לאַנגע און שווערע באַמיאונגען פון קלאַסיקער אברהם רייזען, האָט זיך אין "טאָג" אין ניו-יאָרק אין אָקטאָבער 1949 די נאָוועלע געדרוקט אין פאַרזעצונגען, רעדאַגיקט פון אהרן צייטלין. זי מאַכט אַ רושם אויף ליטעראַטור מבינים און ווערט באַלד אַנערקענט אַלץ איינציק אַרטיק אין דער חורבן ליטעראטור. טיילן ווערן אויפגעפירט אויף דער יידישער בינע אונטער דער קינסטלערישער לייטונג פון הבימה-קינסטלער ר. בן-ארי. שפעטער ווערט דאָס אויפגעפירט אויף דער ראַדיאָ. די צוהערער ווערן פארכאַפט פון דער דראַמע ארום דער קאץ, און ווארטן אומגעדולדיק אויף די פאַרזעצונגען.

אין יאָר 1952, דערשיינט בריקסעס ערשטע בוך נאָוועלן,  "אויף קידוש השם" מיט אַ פאָרוואָרט פון א. מוקדוני. דאָס בוך מאַכט אַ גרויסן רושם איבער גאָר דער יידישער וועלט. צענדליקער און צענדליקער יידישע און העברעישע פאָעטן, עסייאיסטן, דערציילער און ליט.-קריטיקער האָבן געשריבן מיט גרויס לויב וועגן דעם בוך.  דער צארטער רעליגעזער העברעישער פּאָעט דוד שמעוני פון מדינת ישראל האָט געשריבן: "דאָס ספר "אויף קידוש השם" פון ירחמיאל בריקס האָט אויף מיר געמאכט א שטארקן רושם מיט דעם אוממיטלבארן אמת, וואס קוואלט ארויס פון יעדן זייטל און זייטל. צום אוצר פון די מארטיראלאגישע כתבים פון יידישן פאלק וועט אויך דאס ספר "אויף קידוש השם" איינגעזאמלט ווערן, ווי איינע פון די טייערסטע און חשובסטע שאפומגען. ירחמיאל בריקס האט מצליח געווען צו אנטפלעקן ווונדערפולע ניצוצות פון קדושה אין דער יידישער נשמה, וואָס איז ניט פאַראומרייניקט געוואָרן אפילו אין די מאוימדיקסטע ליידן און טאָרטורען".

יצחק באשעוויס-זינגער האָט געשריבן:" "אַ קאַץ אין געטאָ" פֿון ירחמיאל בריקס באַזיצט אַ טראַגישן הומאָר וואָס מען קען קיין ענלעכן נישט געפינען אין דער וועלט-ליטעראַטור".

דאָס בוך "אויף קידוש השם" איז מיט באגייסטערונג אויפגענומען געווארן פון אָרטאָדאָקסישן ייד ביז דער פריידענקער, און עס איז אין אַ קורצער צייַט דערשינען אין פֿיר אויפלאַגעס. דאָס איז אַ זעלטענע-זעלטענהייט אין דער יידישער ליטעראטור אין די 1950-טע יאָרן.

אין יאָר 1959 איז דאָס בוך דערשינען אין ענגליש "A Cat in the Ghetto" איבערגעזעצט פון ס. מאריס ענגעל. עס הייבט זיך אָן מיט אַ פארווארט פון עלינאר רוזוועלט און עס איז באַגלייט מיט צוויי עסייען פון  סאָל ליפצין און פון אמעריקאנער ליטעראטור-קריטיקער אירווינג האַו. דאָס בוך האָט געמאכט א רושם אויף דעם בעסערן ענגלישן לייענער, און אין א ריי ענגליש רעדנדיקע לענדער האבן ליט.-קריטיקער וועגן אים געשריבן מיט גרויס לויב.

חוץ דיכטער און נאָוועליסט, איז בריקס אויך אַ פאָלקלאָריסט. ער האָט געהערט צום "פאָלקלאָר קלוב" אין "ייווא" ווו דער מורה דרך איז געווען מאַקס וויינרייך.

בריקסעס לידער, נאָוועלן און פאָלקלאָר-איבערארבעטונגען זיינען איבערגעזעצט געוואָרן אין העברעיש, שוועדיש, ענגליש, פויליש, דייטש, איטאליעניש און טשעכיש.

ער איז נפטר געווארן אין ניו-יארק חול המועד סוכות ט"ז תשרי, אקטאבער 1973. זיין אלמנה האָט באשלאסן זיין ארון ברענגען קיין ישראל און ער איז באַערדיקט געוואָרן אויפןֿ הר הזיתים אין ירושלים.

 

 

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407938

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©