רשימת שירי ראש השנה
 עס קומט אַ נייַ יאָר /
 ראש השנה / קטעי קריאה ותירגול
 רבּ אמנון / אַ מעשה פֿון מיטל-עלטער


ראש־השנה ראש השנה דער אָנהייב פֿון יאָר. עס איז אַ יום- טובֿ אין דעם ערשטן טאָג פֿון יאָר אויף תשרי לױט דער ייִדישער קאַלענדאַר (און דער זיבעטער חודש לויט דער קאַלענדאַר אין דער תּורה וואָס פֿאַנגט אָן ציילן פֿון חודש ניסן) וואָס פֿאַלט אויס אין סעפטעמבער אָדער אָקטאָבער (לויטן קריסטלעכער צייַט-רעכנונג).

אין דעם טאָג פֿייערט מען די אָנפֿאַנג פֿון דעם יאָר, און מען איז ממליך דער גאָט פֿון דער וועלט. אויך ווערט גערעכנט דער טאָג אַלס אַ יום הדין אַזוי ווי עס שטייט אין חז"ל: בראש השנה כל באי העולם עוברים לפניו כבני מרון, שנאמר:'היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם' מסכת ראש השנה א'

דער יום טוב איז צוויי טעג אין גולה, און אויך אין ארץ ישראל, אַנדערש פֿון אַנדערע ימים טובים (זעט ראש חודש).

ראש השנה איז די אָנפֿאַנג פֿון די צען טעג עשרת ימי תשובה, וואָס מיט דעם פֿאַסט-טאָג יום כּיפּור טוען זיי זיך ענדיקן.

אויך ווערט די צייַט גערופֿן ימים נוראים. אין די טעג גייען יידן אין שול דאַווענען. אין שול בלאָזט מען שופֿר. ראש השנה שיקט מען לשנה טובה קאַרטלעך צו פֿריינד און חבֿרים. מען עסט די מאכלים : האָניק מיט זיסט עפּל. עס זאָל זייַן אַ זיס יאָר.

דער צענטער טאָג אין חודש תשרי איז יום כּפּור. מען פֿאַסט, מען בעט מחילה, מען ווינטשט אַ גמר חתימה טובֿה.

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433465

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©