חנוכה איז אַ יידישער יום טובֿ וואָס ווערט אַכט טעג געפֿייערט, פֿון כ"ה כסלו. די מצווה פֿון צינדן אָן חנוכה ליכט איז איינע פֿון די 7 מצוות וואָס חז"ל האָבן מתקן געווען, און דאָס איז דער עיקר מצוות חנוכה. חז"ל האָבן אויך אַוועקגעשטעלט אַז מען זאָל לויבן דעם אייבערשטן פֿאַר די נסים, דורך זאָגן הלל און זאָגן על הנסים אין דאַווענען און אין בענטשן
דער נאָמען
דער נאָמען איז "חנוכה", דאָס מאַכט חנו-כה, דאָס הייסט די חשמונאים האָבן גערוט פֿון זייער מלחמה מיט די יונים אין פֿינף און צוואַנציק טאָג אין כסלו. אַנדערע זאָגן אַז דעריבער הייסט עס חנוכ"ה : ווייל עס איז ראשי תיבות: חית נרות והלכה כבית הלל, אַז די הלכה בלייַבט ווי בית הלל, וואָס האַלטן אַז מען זאָל צינדן אַכט ליכטלעך בייַם סוף, מען זאָל זייַן מוסיף והולך.
געווען איז דאָס אין יאָר ג'תקצ"ז ( 165 פֿאַר דער קריסטלעכער צייַט-רעכנונג ), ביַים קריג צווישן די חשמונאים מיט די יוונים, ווען די חשמונאים זיַינען אַריַין אין היכל, האָבן זיי גאָרניט געפֿונען אויסער איין פֿעסעלע מיט אויל וואָס האָט באַנוגנט צו צינדן די מנורה פּונקט אַכט טעג. די סיבה פֿון פֿייַערן דעם נס איז געווען, ווייַל אַכט טעג איז דעמאָלט געווען אַ ציַיט כּדי צו אָנגרייטן ניַיעם בוימל. און לזכר דעם נס פֿירן זיך כלל ישראל צו אָנצינדן אַכט טעג אַכט ליכטעלעך, כדי צו וויַיזן יעדן איבער דעם נס וואָס האָט פּאַסירט.
דער טעם פֿאַרוואָס עס האָט פּאַסירט דער נס אַכט טעג, איז וויבאַלד דאָס פּלאַץ, וואו דער הייליקער בוימל איז געוואָרן געמאַכט, איז געווען ווייט פֿיר טעג פֿונעם בית המקדש. עס האָט גענומען פֿיר טעג כּדי גיין און פֿיר טעג כּדי צוריק קומען און ברענגען דעם הייליקן בוימל און אין משך פֿון די אַלע אַכט טעג האָט מען גענוצט דעם ערשטן בוימל (רוקח).
אויך ווערט דערמאָנט אַ טעם אַז וויבאַלד אַלע אידן זענען געווען דעמאָלטס בחזקת טמא פֿאַר אַ טויטן מענטש, מען האָט געמוזט וואַרטן זיבען טעג זיך צו רייניקן פֿון ווען מען הייבט אָן, און איין טאָג האָט געדוירט צוגרייטן דעם בוימל, עס אויסצוקווועטשן און אַרויסנעמען ריינעם בוימל (בית יוסף).
כיצד מדליקין ?
"נר איש וביתו" – בכל יום משמונת ימי החנוכה די שאיש אחד ידליק נר בעבור כל בני משפחתו.