רשימת שירי יום כּפור
 אַ יום-כיפּור מעשהלע / יהואש
 יום-כיפור / קטעי קריאה ותירגול
 מקור החג /


פֿון מ. אַלקין 
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער הײַנטיקער יום־טובֿ, יום־כּיפּור, איז דער הייליקסטער טאָג אינעם ייִדישן לוח, ווען דער באַשעפֿער איז מוחל אונדזערע עבֿירות, אויב מיר טוען תּשובֿה ווי געהעריק. מע פֿאַסט, מע דאַוונט כּמעט אָן אַן הפֿסק אַ גאַנצן טאָג, מע איז זיך מתוודה פֿאַרן אייבערשטן און מע טראַכט, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן אונדזער גײַסטיק לעבן און אונדזערע באַציִונגען מיט די אַנדערע מענטשן אינעם נײַעם יאָר.

יום־כּיפּור ווערט אויך אַסאָציִיִרט מיט אַ צאָל ספּעציפֿישע מיצוות, וואָס די כּהנים פֿלעגן אויספֿירן אינעם בית־המיקדש — וועלכע ווערן דערמאָנט אינעם מחזור און אין דער יום־כּיפּורדיקער קריאת־התּורה. די דאָזיקע מיצוות ווערן פּרטימדיק באַהאַנדלט אין גמרא, מסכתּא "יומא".

הגם מע פֿלעגט צוויי מאָל יעדן טאָג אויפֿרייכערן די קטורת אינעם בית־המיקדש, איז עס געווען דער קולמינאַציע־טייל פֿון דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודה, ווען דער כּהן־גדול פֿלעגט אָנצינדן די קטורת — בלויז איין מאָל אַ יאָר — אינעם סאַמע צענטער פֿונעם בית־המיקדש — קודש־הקדשים.

די קטורת (ווײַרעך) איז באַשטאַנען פֿון עלף אינגרעדיענטן; כּמעט אַ פֿינטל אינעם געמיש האָט פֿאַרנומען די חלבנה — אַן עקסטראַקט פֿון אַ ביטערן פֿלאַנץ מיט אַ מיאוסן ריח. דער רמב״ם לייגט פֿאָר אַ ראַציאָנעלן טעם פֿונעם קטורת; לויט זײַן מיינונג, איז דער שאַרפֿער דופֿט פֿונעם ווײַרעך מסוגל מבֿטל צו זײַן דעם שלעכטן גערוך פֿון די געשאָכטענע קרבן־בהמות. צוליב דעם, האָט די קטורת אַנטהאַלטן אַזאַ אומגעוויינטלעכן אינגרעדיענט.

אַזאַ ראַציאָנאַליסטישער אָפּטײַטש העלפֿט אָבער נישט צו פֿאַרשטיין, וואָס דאָס אויפֿרויכערן דעם ווײַרעך דווקא אין קודש־הקדשים, וווּ דער כּהן־הגדול האָט מקריבֿ געווען דאָס בלוט פֿון אַ בהמה בלויז איין מאָל, אויך יום־כּיפּור, האָט פֿאַרנומען אַזאַ וויכטיק אָרט אין דער עבֿודה פֿונעם הייליקן יום־הדין. רש״י מיינט, אַז די קטורת האָט רעפּרעזענטירט דעם כּלל־ישׂראל; דער שלעכטער גערוך פֿון דער חלבנה סימבאָליזירט די זינדיקע ייִדן, וואָס דאַוונען יום־כּיפּור צוזאַמען מיט אַלע אַנדערע ייִדן, און זייערע תּפֿילות זענען אויך אַרײַן אינעם "קודש־הקדשים" פֿונעם הייליקן טאָג.

די חסידישע רביים דערקלערן דעם דאָזיקן ענין נאָך טיפֿער. ווען דער ריח פֿונעם ביטערן גראָז מישט זיך אויס מיט די אַנדערע אינגרעדיענטן פֿון דער קטורת, ווערט זײַן ריח פֿאַרבעסערט. דאָס ווײַזט, אַז דורכן כּוח פֿון תּשובֿה קאָנען די פֿינקלעך פֿון ג־טלעכקייט, וואָס שטעקן אין אַלע זאַכן, אַפֿילו אין די עבֿירות, זיך אויפֿהייבן אינעם עולם־הקדושה און באַקומען זייער תּיקון.

אַדרבה, ווי עס באַטאָנען די חז״ל, שטייען די בעל־תּשובֿות אויף אַ העכערער מדרגה, ווי די אײַנגעבוירענע צדיקים, וועלכע האָבן קיינמאָל נישט געזינדיקט. פּונקט אַזוי, קאָן דער שלעכטער גערוך פֿון דער חלבנה זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ שאַרפֿן, אָבער גוטן, דופֿט פֿונעם ווײַרעך — ווען עס ווערט אַרויפֿגעבראַכט אינעם הימל דורך דער עכטער עבֿודת־התּשובֿה און מיט דער הילף פֿון מעשׂים־טובֿים.

פֿונוואַנען נעמט זיך אינעם מענטש בכלל דער כּוח צו זינדיקן? מע ווייסט דאָך, אַז אַלץ אין דער וועלט פֿירט זיך בהשגחה־פּרטית. אויב אַפֿילו מע קאָן זאָגן, אַז די השגחה ווערט אָפּגעהאַלטן אין דעם מאָמענט, ווען אַ מענטש טוט אַן עבֿירה, ווי עס דערקלערן אַ טייל באַקאַנטע מפֿרשים, קאָן מען פֿרעגן אַן אַנדער קשיא: ווי עס שטייט אין די קבלה־ספֿרים, ווערן פֿון די עבֿירות געשאַפֿן בייזע מלאָכים, וועלכע באַשולדיקן דעם מענטש בײַם בית־דין־של־מעלה. מע ווייסט אָבער אויך, אַז דער הימלישער מישפּט קומט פֿאָר אין דער ג־טלעכער וועלט, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין פּלאַץ פֿאַר סיטרא־אַחרא. ווי אַזוי לאָזט מען אַהין אַרײַן אַזעלכע מלאָכים, וואָס קומען פֿון עבֿירות?

דער ראָפּשיצער רבי דערקלערט אין זײַן ספֿר "זרע־קודש", אַז די מעגלעכקייט צו טאָן עבֿירות קומט פֿונעם פּאָטענציאַל צו טאָן תּשובֿה. דער מלאך, וואָס ווערט באַשאַפֿן פֿון די שלעכטע מעשׂים, קומט אינעם בית־דין־של־מעלה און זאָגט, אַז עמעצער האָט באַקומען אַ מעגלעכקייט מקיים צו זײַן די גרויסע מיצווה פֿון תּשובֿה. דאָס אַליין איז אַ גוטע זאַך, וואָס געהערט צו דער הייליקער וועלט, וווּ דער ג־טלעכער מישפּט קומט פֿאָר. אויב אָבער דער בעל־עבֿירה טוט נישט, חלילה, קיין תּשובֿה, באַקומט ער אַ שטראָף — אַזוי ווי אַ מענטש, וואָס האָט געטאָן און נישט אויסגעפֿירט אַ נדר. צוליב דער מעגלעכקייט צו ווערן אַ בעל־תּשובֿה און דערגרייכן אַ העכערע מדרגה, ווי אַ צדיק־גמור, גיט דער באַשעפֿער אַ מעגלעכקייט צו זינדיקן.

מע מוז אָבער ריכטיק פֿאַרשטיין דעם דאָזיקן טיפֿן ענין. מע טאָר זיך נישט פֿאַרלאָזן לכתּחילה אויפֿן כּוח פֿון תּשובֿה, ווי אויף אַ "היתּר" צו זינדיקן. אַדרבה, אַזאַ געדאַנק קאָן, חלילה, אַראָפּפֿירן אין אַ טיפֿער בלאָטע, פֿונוואַנען ס׳איז שווער אַרויסצוקריכן. מע מוז אויך געדענקען, אַז די תּשובֿה רייניקט אויס בלויז פֿון די זינד, וואָס אַ מענטש טוט קעגן דעם אייבערשטן, און נישט קעגן אַ אַנדער מענטש — ביז יענער וועט נישט מוחל זײַן.

פֿונדעסטוועגן, הגם דאָס קלינגט פּאַראַדאָקסיש, שטעקט דער כּוח פֿון עבֿירות פֿונעם כּוח פֿון דער פּאָטענציעלער תּשובֿה. מע קאָן נישט זאָגן, אַז דעם מענטש איז באַשערט צו זינדיקן; מע קאָן אויך נישט זאָגן, אַז אַן עבֿירה איז בלויז אַ צופֿעליקע זאַך.

דעם דאָזיקן פּאַראַדאָקס אילוסטרירט די אומגעוויינטלעכע מיצווה פֿון שׂעיר־לעזאָזל — דער באָק, וואָס מע פֿלעגט אַראָפּוואַרפֿן פֿון אַ באַרג, ווי אַ כּפּרה פֿאַר ייִדישע עבֿירות. די חז״ל זאָגן, אַז מע פֿלעגט אויספֿירן די דאָזיקע מיצווה אַפֿילו ווען יום־כּיפּור פֿאַלט אויס שבת — אַזוי ווי הײַ־יאָר. אַ צאָל באַקאַנטע מפֿרשים דערקלערן, אַז דעם באָק פֿלעגן מען אַראָפּוואַרפֿן צום שׂטן — כּדי די כּוחות פֿון סטרא־אַחרא זאָלן באַקומען זייער פּאָרציע פֿונעם חיות און זאָלן מער נישט שאַטן די מענטשן; ס׳איז אויך אַ סימן, אַז מע וואַרפֿט פֿון זיך אַראָפּ די עבֿירות.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, איז אַזאַ אָפּטײַטש פֿון דער דאָזיקער מיצווה גענוג קאָנטראָווערסאַל. אין אַן אַנדער סיטואַציע, וואָלט אַזאַ מתּנה פֿאַר דער סיטרא־אַחרא געווען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ ווילדער עבֿודה־זרה — בפֿרט אויב עמעצער וואָלט עס געטאָן, חלילה, יום־כּיפּור. רבי צדוק לובלינער דערקלערט אָבער, אַז דער כּהן, וועלכער האָט דורכגעפֿירט דעם דאָזיקן אומגעוויינטלעכן ריטואַל, האָט קלאָר געוווּסט, אַז ער טוט עס על־פּי־תּורה, לשם־שמים — דערפֿאַר איז פֿאַר אים אַזאַ זאַך, וועלכע וואָלט אין אַן אַנדער פֿאַל געווען אַ גראָבע עבֿירה, פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מיצווה.

דער כּוח פֿון תּשובֿה איז נאָך גרעסער. אַ בעל־תּשובֿה קאָן פֿאַרוואַנדלען אַ בפֿירוש שלעכטע זאַך, וועלכע ער האָט פֿריִער געטאָן אָן אַ כּוונה לשם־שמים, אין אַ פּערזענלעכן "שׂעיר־לעזאָזל". אויב די פֿריִערדיקע ירידה אַראָפּ אין דער סיטרא־אַחרא קאָן דינען ווי אַ "ברענשטאָף" פֿאַרן חשק זיך אויפֿצוהייבן צו ג־טלעכקייט, ווערט זי גופֿא פֿאַרוואַנדלט אין אַ מיצווה.

 

 
        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 433464

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©