אונדזער שטעטל ברענט
געבירטיג מרדכי [1877-1942]
ס'ברענט ! ברידערלעך, ס'ברענט !
אוי, אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט!
בייזע ווינטן מיט ירגזון
רייַסן, ברעכן און צעבלאָזן
שטאַרקער נאָך די ווילדע פֿלאַמען
אַלץ אַרום שוין ברענט
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
מיט פֿאַרלייגטע הענט
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך-----
ווי אונדזער שטעטל ברענט.
ס'ברענט ! ברידערלעך, ס'ברענט !
אוי, אונדזער אָרעם שטעטל נעבעך ברענט!
ס'האָבן שוין די פֿייַער-צונגען
דאָס גאַנצע שטעטל איינגעשלונגען----
און די בייזע ווינטן הורזשען,
אַלץ אַרום שוין ברענט !
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
מיט פֿאַרלייגטע הענט
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך----
אונדזער שטעטל ברענט...
ס'ברענט ! ברידערלעך, ס'ברענט !
אוי, עס קען חלילה קומען דער מאָמענט :
אונזער שטאָט מיט אונדז צוזאַמען
זאָל אויף אַש אַוועק אין פֿלאַמען,
בלייַבן זאָל ---- ווי נאָך אַ שלאַכט
נאָר פּוסטע שוואַרצע ווענט !
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
מיט פֿאַרלייגטע הענט
און איר שטייט און קוקט אַזוי זיך
ווי אונדזער שטעטל ברענט...
ס'ברענט ! ברידערלעך, ס'ברענט !
די הילף איז נאָר אין אייַך אַליין געווענדט.
אויב דאָס שטעטל איז אייַך טייַער,
נעמט די כּלים, לעשט דאָס פֿייַער,
לעשט מיט אייַער אייגן בלוט,
באַוויזט, אַז איר דאָס קענט.
שטייט ניט ברידער, אָט אַזוי זיך
מיט פֿאַרלייגטע הענט.
שטייט ניט, ברידער, לעשט דאָס פֿייער---
ווייַל אונדזער שטעטל ברענט !